שטייענדיג געציילטע טעג איידער דזשעראד קושנער – דער אידישער איידעם פון פרעזידנעט טראמפ – וועט באזוכן מיטל מזרח אינאיינעם מיט דזשעיסאן גרינבלאט דער ספעציעלער שליח פאר מיטל מזרח אנגעלעגנהייטן פון די ווייסע הויז, האבן ווייסע הויז באאמטע געלאזט וויסן אז די צוויי האבן א שלום פלאן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, וועלכע שלאגן זיך שוין ארום זינט די גרינדונג פון מדינת ישראל.
“עס איז נישט די פלאן וואס ביבי שלאגט פאר” האבן די באאמטע קלארגעשטעלט. “אויב וואלטן מיר דאס געוואלט אויספירן, וואלט דאס שוין פאסירט פאר איינס און א האלב יאר צוריק. מיר האבן א יושר’דיגע, באלאנסירטע, רעאליסטישע פלאן, וואס איז פאסיג פאר יעדעם”.
די טראמפ אדמיניסטראציע האט נישט ארויסגעגעבן מער איבער די “אלטימאטיווער דיעל” וויאזוי די אדמיניסטראציע רופט זייער שלום פלאן, וועלכע וועט ארויפגעברענגט ווערן אויפן טיש אין די נאנטע טעג.
די ווייסע הויז פרובירט יעצט אסאך נאכצוגעבן פאר די פאלעסטינער, נאכדעם וואס טראמפ האט שוין גענוג געגעבן פאר מדינת ישראל מיטן אריבערפירן די אמעריקאנע אמבעסאדע קיין ירושלים, א חלום וואס מדינת ישראל האט געהאט פאר לאנגע יארן. דער פרעזידענט וויל אצינד אוועקנעמען די איינזייטיגע איינדרוק פון זיין אדמיניסטראציע לטובת מדינת ישראל, וואס ער האט זיך איינגעקויפט מיט דעם שריט.
ווי נייעס קוועלער האבן באריכטעט, טוט די ווייסע הויז אריבערפירן מעסעדזשעס פאר פאלעסטינע דורך פארשידענע אראבישע לענדער, א שטייגער ווי עגיפטן, ירדן און סאודיע אראביע, אז די פאלעסטינער וועלן גאר אסאך פארדינען אין די יעצטיגער דיעל, און עס איז א געלעגנהייט וואס עס לוינט זיך זיי נישט צו פארפאסן.
פון די פאלעסטינער זייט אבער הערט מען אז זיי ווארפן קאטאגאריש אפ אנצונעמען סיי וועלכע שלום פלאן די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארצושלאגן, ווי זייער פירער מאכמוד אבאס האט קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט אויפנעמען דזשעראד קושנער אדער דזשעיסאן גרינוואלד, איידער טראמפ וועט נישט קלאר ארויסזאגן די פאלעסטינער שטעלונג, אז ירושלים באלאנגט פאר פאלעסטינע, און די פאלעסטינער ווערן אונטערדרוקט דורך מדינת ישראל.