אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טענער נידערן זיך נאך היציגע ענדע פון G7 סאמיט

ווי שוין באריכטעט, האט זיך די G7 סאמיט אין קיובעק קאנאדע געשלאסן מיט הויכע טענער און מיט פולווער אין די לופט, ווען עס שפירט זיך א געפאר פון א האנדלס קריג, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגענומען די וועלט-פירער פון גלייכגעוויכט, און נישט געוואלט אונטערשרייבן די רעזולאציע מיט די איבעריגע זעקס לענדער.

באזונדער האט דער פרעזידענט אראפגעריסן דעם קאנאדישער פרעימער מיניסטאר טרודא אלס א שוואכלינג וואס האט מורא צו זאגן א מיינונג, נאכדעם וואס ער האט געשפילט ביים סאמיט העפליך און סאליד, און שפעטער שארף אראפגעריסן פרעזידענט טראמפ, און געסטראשעט מיט שווערע שטייערן.

זאכן האבן זיך געגליטשט ווייטער, ווען עס האט אנגעהאלטן א שארפע רעטאריק צווישן קאנאדע און די טראמפ אדמיניסטראציע, ווען דער האנדלס ראטגעבער פון די ווייסע הויז פיטער נעווארע האט געשריבן אז “טרודא האט אן ארט אין גיהנם”, און מען האט געהערט אויף צוריק פון דעם קאנעדישן פרעימער אז ער גייט קעמפן פאר די קאנעדישע אינטערעסן.

פון אלע זייטן זענען געקומען שארפע באשולדיגונגען און קאמענטארן, אזש לצים האבן זיך שוין צוגעכאפט דערצו, זאגנדיג אז די ספעציעלע גרעניץ זאנע וואס מ’גייט אוועקנעמען צווישן דרום און צפון קארעא, וועט זיך אריבערציען צום גרעניץ צווישן אמעריקע און קאנאדע…

באזונדער האט מען געהערט אז פרעזידענט טראמפ’ס הויפט עקאנאמישער ראטגעבער לערי קאדלאוו איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן כאפן א הארץ אטאקע נישט לאנג נאך די G7 סאמיט, אויף וואס די אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זיין געזונט צושטאנד גייט צום פארבעסערונג, און אז “ער וועט זיין צוריק אין דינסט ביז א וואך”.

אבער ווי עס שיינט האט זיך שוין דער שטורעם איינגעשטילט, נאכדעם וואס דער האנדלס ראטגעבער פון די ווייסע הויז פיטער נעווארע האט געשריבן אן אנטשולדיגונג פאר זיין גיהנם סטעיטמענט, און ווען מ’האט היינט אנגעפרעגט דעם קאנעדישן פרעימער מיניסטאר טרודא איבער די טשעפערייען מיט אמעריקע, האט ער נישט געוואלט קאמענטירן דערוועגן, זאגנדיג אז “אונז דארפן זיך אצינד קאנצענטרירן אויף די ארבעט און אויף די קאנעדישע עקאנאמיע”.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.