אידישע נייעס

לאקאלע שוועדישע אידן און מוסלעמענער מאכן שלום

זעט זיך אויס אז די וואך איז א וואך פון ענדיגן לאנגיעריגע קאנפליקטן… נישט בלויז אין סינגאפאר איז פארגעקומען א שלום סאמיט, נאר אין שוועדן איז אויך געשען היסטארישע זאכן, ווען א לאנגיעריגע געפעכט צווישן די אידישע און להבדיל מוסלעמענער געמיינדע אין די דרום שוועדישע שטאט מאלמאו, האבן זיך אראפגעזעצט פאר שלום געשפרעכן, א זאך וואס איז גאר דראמאטיש, צוליב די גרויסע אנגעצויגנקייט וואס האט געהערשט צווישן די צוויי געמיינדעס.

שוועדן איז באקאנט אלס איינע פון די מערסט אנטיסעמיטישע לענדער אין אייראפע. עס איז דארט פארהאן אזויפיל ווי 20,000 אידן. לאנגע יארן ווערן די לאקאלע אידן אטאקירט, באפאלן, באזידלט, נאכגעשריגן, וואס א דאנק דעם איז די קהלה אין מאלמאו היבש איינגעשרימפען. פון די אנדערע זייט טוט זיך דער מוסלאמענער געמיינדע אין שוועדן פארמערן ווי אויף הייוון, און האלט שוין אצינד ביי איבער 80,000 מענטשן.

וואס א יאר שפעטער הערט מען פון מער און מער אנטיסעמיטיזם אין שוועדן, די ציפערן פון אינצידענטן אויף די 2,000 אידן וואס וואוינען אין מלאמאו גייען ארויף, א וואנדאליסטישע אקציע איז מער נישט קיין נייעס, מ’האלט אין איין הערן אז אידן ווערן אראפגעווארפן פון טראנספארטאציע באסעס אדער באנען, מען שלאגט זיי, און אפילו דער אידישער בית החיים ליידט אסאך פון שענדונגען און שריפות. דאס איז שוין ממש א טאג טעגליכע פאסירונג, וואס באקומט ניטאמאל דעקונג.

אבער די פירער פון די אידישע און מוסלאמענער געמיינדעס האבן באשלאסן אז עס איז צייט צו עפענען א נייער בלאט, און אנהייבן פרישע באציאונגען. די מוסלאמענער פירער שעמט זיך ממש מיט די מעשים טובים פון זיינע ווילדע נאכפאלגער, און די אידישע קהלה האלט שוין נישט אויס די ביטערע רדיפות און צרות וואס זיי באקומען מיט א ברייטע האנט און גרויסע פויסטן.

די צוויי פירער האבן זיך געטראפן אין געהיים עטליכע מאל אין די לעצטע שטיק צייט, און דאן האבן זיי געהאט אן אפיצעלער באגעגעניש, וואו זיי האבן אריינגעשיקט א געמיינזאמע סטעיטמענט צו די לאקאלע צייטונגען וואס וועלן מארגן פרייטאג ערשיינען, אז עס איז צייט פאר א נייע עפאכע פון פרידן און סטאביליטעט אין די ראיאן, און מען גייט ענדיגן די לאנגיעריגער קאמפ צווישן די אידישע און להבדיל מוסלאמענער געמיינדעס.

אינעם סטעיטמענט שטייט אין לשה”ק, אראביש און שוועדיש די פאלגענדע:

מיר, די אידן און מוסלעמענער וואס וואס וואוינען אין מאלאמאו, טוען זיך פאראייניגן קעגן ארויסווייזן דיסקרימינאציע, האס, פאראיבל און שרעק איינער קעגן דעם אנדערן. אידן און מוסלאמענער אין מאלאמאו שטייען אין א געראנגל קעגן אנטיסעמיטיזם, אראבישע פיינטשאפט, און סיי וועלכע סארט ראסיזם און דיסקרימינאציע קעגן מינאריטעטן.

מיר גלייבן אז די באגעגעניש און באקאנטשאפט איינער צום צווייטן, און אונזער טראדיציע, וועט ברענגען דערצו אז מען זאל רעספעקטירן און שעצן איינעם דעם צווייטן פיל מער. מיר זענען איבערצייגט אז דאס איז די איינציגסטע פאטענציאלע וועג פאר א  געמיינזאמער צוקונפט, א בעסערע און מער פארזיכערטע שטאט מאלאמאו. א גוט שבת.

דער אידישער רב אין מאלאמו, הרב משה דוד כהן, זאגט אז “די פאקט אז די אידישע און מוסלאמענער געמיינדעס טוען זיך אפיציעל פאראייניגן איז נישט קיין פאראויסגעשאצטע זאך, איבערהויפט אין מאלאמאו. די זאך דארף אסאך קוראזש פון ביידע זייטן. דאס איז זייער אן איבערצייגענדער און איבעראשענדער שריט, אז די אראבער פארדאמען אנטיסעמיטזם, און די אידן פארדאמען די איסלאמאפאביע, אין די זעלבע סטעיטמענט”.

אידן זענען מתפלל אז די שלום זאל אנהאלטן, און מען זאל מער נישט הערן פון קיין אטאקעס און וואנדאליזם אויף אידישע קינדער אין מאלאמאו, שוועדן, אייראפע, און איבער די גאנצע וועלט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.