אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די שטייער געפעכט צווישן אמעריקע און קאנאדע וואס האט אויסגעבראכן ביים G7 סאמיט, ווען נאכן סאמיט האט דער פרעזידענט אמעריקאנער פרעזידענט אראפגעריסן דעם קאנאדישער פרעימער מיניסטאר טרודא אלס א שוואכלינג וואס האט מורא צו זאגן א מיינונג, נאכדעם וואס ער האט געשפילט ביים סאמיט העפליך און סאליד, און שפעטער שארף אראפגעריסן פרעזידענט טראמפ, און געסטראשעט מיט שווערע שטייערן.
טראץ וואס מיר האבן שוין באריכטעט אז די טענער האבן זיך גענידערט נאכדעם וואס דער האנדלס ראטגעבער פון די ווייסע הויז פיטער נעווארע האט געשריבן אן אנטשולדיגונג פאר זיין סטעיטמענט אז טרודא באלאנגט אין גיהנם, און ווען מ’האט היינט אנגעפרעגט דעם קאנעדישן פרעימער מיניסטאר טרודא איבער די טשעפערייען מיט אמעריקע, האט ער נישט געוואלט קאמענטירן דערוועגן, זעט זיך אבער אויס אז די קאנאדער בירגער זענען נאכנישט מוחל אז טראמפ האט זיך פארטשעפעט מיט זייער פרעימער.
ווי א באריכט צייגט, האבן פילע קאנאדישע בירגער באיקאטירט אמעריקאנע פראדוקטן וואס זיי האבן ביז היינט געקויפט, און מאכן זיכער צו קויפן בלויז עפעס וואס איז נישט פראדוצירט געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן, וועלנדיג שיקן א מעסעדזש פאר אמעריקע אז זיי זענען נישט דא צו העלפן די אמעריקאנע אקענאמיע זיך בויען.
באזונדער האבן פילע קאנאדישע בירגער אפגערופן זייערע רייזעס און וואקאציעס וואס זיי האבן געהאט אנגעגרייט צו פארן אויף דעם זומער, אויך מיט די זעלבע ציל, צו לערנען אמעריקע אז מיט קאנאדע הייבט מען נישט אן, און אז יא וועלן די בירגער נעמען די געזעץ אין די הענט אריין, און אליינס באשטראפן אמעריקע פאר די טשעפערייען.