וואשינגטאן – דאס העכסטע סופרים קאורט אין לאנד האט נעכטן ארויסגעגעבן א וויכטיגן אורטייל, וואס וועט שטארק אפעקטירן די פראצעדורן און צוגאנג ביי וואל-ערטער. דער אורטייל איז געווען איבער א געזעץ אין מינעסאטע, וועלכע פארבאט וויילער אריינצוקומען צו וואל-ערטער אנגעטאן מיט קליידונג וואס דרוקט אויס זייערע פאליטישע נייגונגען, א שטייגער ווי היטלעך, קנעפלעך, העמדלעך און אנדערע זאכן, מיט סימבאלן פונעם קאנדידאט וועמען זיי שטיצן.
דער סופרים קאורט, אין א 7 קעגן 2 אורטייל, האט געאורטיילט אז דאס מינעסאטע געזעץ טוט פארלעצן מענטשן’ס קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פון “פרייהייט פון אויסדרוק”, און דער אורטייל וועט דירעקט אפעקטירן אויך אנדערע סטעיטס וועלכע האבן ענליכע צוימונגען.