א מאן אין קעמברע, יונייטעד קינגדעם, האט געהאלטן אינמיטן פרישטאג, עסנדיג ברויט, סאלאט, און הארטע אייער, ווען מיטאמאל האט ער געשפירט א הארטע אביעקט זיך ארומדרייען אין זיין מויל, ער האט דאס שנעל ארויסגענומען, און באטראכנדיג וואס דאס איז, האט ער געזען אז ער האט נארוואס געהאט אין מויל א גאר ווערדפולע פערל שטיין!
ער דערציילט, כ’האב געשפירט א הארטע גליטשיגע זאך, און אנגעהויבן מורא האבן איך האב זיך צעברעקלט א ציין, ווען צו מיין גרויסע שטוינונג האב איך געטראפן דעם פערל שטיין, איך האב דאס שנעל געלייגט אין א זייט, און געזוכט פאר נאך.
עס קען זיין אז די פערל שטיין האט אמאל באלאנגט צו א פארמער, און א טשיקן זאל דאס אויפעסן מיינענדיג דאס איז א קערל, האט א פארמער, און טשיקן מומחה געזאגט, ווען ער האט געהערט איבער די נייעס, צולייגנדיג “איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אזאנס אין מיין לעבן!”