קאסטומערס אין די ריזיגע “סעינסבורי’ס” גראסערי קייט געשעפט אין ענגלאנד טרייבן שפאס פון א גאר קאמישע ווארענונג וואס די גראסערי האט צוגעטשעפעט צו א געוויסע סארט דעקאראציע בלום, מיטן נאמען דעפאדילס, (daffodils) ווארענענדיג די איינקויפער אז מען זאל דאס נישט עסן…
לעבנדיג אין א עפאכע ווי מענטשן פרובירן מאכן גרינג געלט דורך קלאגן געשעפטן, און פירמעס, צוליב נישטיגע מיטמאכענישן, טוען זיך געשעפטן פרובירן באהיטן פון די פארשידענע אויבער חכמים און שרייבן קלאר ארויס א ווארענונג אויף יעדע זאך, קענענדיג שפעטער אויפווייזן אז עס איז נישט זייער שילד אז דאס האט פאסירט צוליב וואס זיי האבן קלאר ארויסגעשריבן אז די וואסער איז הייס, אדער אז די ערד איז געוואשן און איז גליטשיג.
דאס ברענגט אבער אויך אז געשעפטן אייגנטומער זאלן אפטמאל שטעלן נארישע ווארענונגען גייענדיג עקסטרעם צו די אנדערע זייט, א שטייגער ווי ביי די געשיכטע דא.
בלומען זענען געווידמעט צו באצירן א הויז, און נישט צופיל מער, ווען מען קויפט דאס שטעלט מען דאס אוועק אין א זייט, און מען פארגעסט געווענליך אז מען האט דאס אפילו געקויפט.
זעט אויס אז פאר די קאסטומער אין די אויבנדערמאנטע געשעפט איז יא וויכטיג צו דערמאנען אז מען זאל נישט עסן די בלומען, ווער ווייסט צו זיי האלטן שוין נאך א מעשה שהיה, און האט שוין אפגעקאסט פארן געשעפט אפאר דאלער…
ביי די קאסטומערס אין געשעפט איז דאס זיכער געווען אבסורד, ארויפברענגענדיג א שמייכל, און וואונדער אז די געשעפט טראגט אזעלכע וויכטיגע דאגות.