פון אלץ און אלעמען

דאקטוירים אפערירן עלטערע מאן אין ארץ ישראל, ארויסנעמענדיג א ציין בערשטל וואס ער האט אראפגעשלינגען

בילד פון די עקס-רעי, וואס צייגט דער בערשטל אראפגעשלינגען דורך דער אלטער מאן

א 85 יעריגער מאן איז געווארן אפגעפירט צו די עמערדזשענסי אפטיילונג אין די נהריה שפיטאל אין ארץ ישראל, נאכדעם וואס ער האט אראפגעשלינגען א ציין בערשטל, אינמיטן רייניגן זיינע ציינער.

די נוירסעס האבן דורכגעפירט אן עקס-רעי צו באשטעטיגן אויב עס עס געפונט זיך טאקע א ציין בערשטל, אדער דער מענטש הייבט אן עלטער ווערן, און ליידט פון איינרעדענישן.

די רעזולטאטן האבן געוויזן אז עס געפונט זיך טאקע א לאנגע, ציין בערשטל ביי דעם מאן אין מאגן, און האבן אים אריינגעפירט אין עמערדזשענסי רום, פאר א אפעראציע, מיט א ספעציעלע דאקטוירים שטאב פון די אי-ען-טי דעפארטמענט, וועלכע האבן סוקסעספול ארויסגענומען דעם אביעקט.

דער דאקטער האט דאן געזאגט “מיר פארמאגן הונדערטער אזעלכע סארט פעלער, געווענליך פאסירן זיי אלעמאל ביי קינדער, און עלטערע מענטשן, און מיר ארבעטן רואיג, דאס ארויסצונעמען.

דער מאן האט געקענט אהיימגיין עטליכע שעה נאך די אפעראציע, און צוריקגיין צו זיין רוטין ביז געציילטע טעג בס”ד.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.