א מאן אין דזשארדזשיע וואס פארמאגט א טייערע דראון, האט זיך אהערגעשטעלט א אייגנארטיגע אונטערהאלטונג ווען ער האט צוגעטשעפעט צו זיין דראון א נעץ מיט שטריק, מיט פלאץ אז ער זאל זיך קענען דארט אריינלייגן, און קענען מאנעוורירן דעם דראון ארויפצופארן הויעך אין לופט, זיך אויסצולופטערן, און קענען געניסן פון א געשמאקע רייד…
ביי מענטשן ארום האט דאס אבער פאראורזאכט א שרעק, עס האט אויסגעזען זייער מאדנע, און מען האט תיקף גערופן די פאליציי, אז א מענטש טוט א סכנה’דיגע אקט, מיט מעגליכע זעלבסטמארד פארזוכן, אדער אנדערע שלעכטע פלענער.
די פאליציי וואס זענען ערשינען צו די סצענע האבן נישט געקענט אראפנעמען די שמייכל פון זייער געזיכט, קוועלנדיג פון הנאה איבער דעם מענטשנס איינפאל, און האבן אים פארבעטן אראפצוקומען פאר אונטערזיכונג.
נאכן זען אז ער איז העכסט אין ארדענונג, ער איז נישט שיכור, גייסטיש צערידערט, אדער באוואפנט, האבן זיי אים פרייגעלאזט, און זיך אנטשולדיגט פארן שטערן זיין וואקאציע…
דער מאן איז צוריק ארויפגעפלויגן מיט זיין דראון, ווערנדיג דער געשפרעך פון טאג אין יענע קליינע טאון…