פארמער און איינוואוינער אין די פעמאנע געגנט אין ניו זילאנד’ס מזרח ברעג, זענען געווארן איבערראשט ביז גאר, ווען זיי האבן אנטדעקט א פעלד מיט לאנגע שטחים, וואס איז געווארן גענצליך איבערגעדעקט דורך טויזענטער שפינען, פארוואנדלענדיג דעם פעלד אין א ריזיגע ווייסע נעץ, צו די וואונדער פון יעדן.
די פארמער האבן אין יענע טאג געדארפט דורכפירן פארש ארבעט אין די פעלד, און זענען דארט ערשינען אין די פריע פארטאגס שטונדן.
זיי האבן דאן באמערקט ווי א ווייסע גליטשיגע שיכט באדעקט דעם גאנצן פעלד, זיך שאקלנדיג לאנגזאם מיטן ווינט, זיי האבן שפאקולירט צו דאס קען זיי שניי, טאו, פלאנצונגען, אדער גאר ווייסע בלומען.
זיי האבן זיך דערנענטערט און געווארן שאקירט ביז גאר, זעענדיג אז דאס נישט קיין פלאנצונג, נאר ענדערש א ריזיגע געוועב פון שפינען, איינער פון די פארמערס וואס זענען געשטאנען צו נאנט צו דער פעלד איז געווארן אנגעפולט מיט קריכעדיגע שווארצע שפינען, וואס האבן אים ווי עס שיינט געוואלט דערשרעקן פון צעשטערן זייער ארבעט.
מען האט שוין געהערט פון אזעלכע סארט פאסירונגען, אז שפינען זאלן מאכן א צוזאמענארבעט אויף א גרויסע שטח, זיי האבן שוין באדעקט אפילו א גרויסע בוים אין פאקיסטאן, און אנדערע פעלדער ארום די וועלט.