אריינפיר: “אוועקגעבן א ניר” זענען ווערטער וואס מען הערט אין די לעצטע עטליכע יאר, זינט די אויפוואכונג איבער די וויכטיגקייט דערפון, ברענגענדיג דערצו עס זאל ווערן א אפטע זאך כאטש די אומגלויבליכקייט דערפון.

די פאקט אז אידן טוען ארויסשניידן א שטיק פון זייער מענטשליכע קערפער, און דאס שענקען פאר א צווייטן איז רעספעקטירט אין די קארידארן ווי עס דרייען זיך נאר דאקטוירים און געזונטהייט פראפעסיאנאלן, שאפנדיג א ריזן קידוש ה’.

איינע פון די לעצטערע העלדן זיך צו לייגן אונטערן מעסער און אפשניידן א ניר בכדי צו געבן לעבן פאר א צווייטן, איז הבחור החשוב פנחס (פיני) פרידמאן פון שיכון סקווירא, וואס האט פובליצירט בילדער פון זיין נאבעלע אונטערנעמונג, און געלאזט וויסן פאר זיינע פריינט און פאמיליע אז ער איז אינספירירט צו דורכגיין דעם באהאנדלונג, און וויסן אז ער האט געראטעוועט א צווייטע מענטש.

מיר פארבינדן זיך מיט פיני, וואס האלט זיך אינמיטן אויסקורירן פון די אפעראציע, און ערלויבט זיך שוין צו שמייכלען, צו הערן פון אים איבער די דורכגאנג, פארוואס ער האט דאס געטון, און וויאזוי עס שפירט זיך יעצט.

אידישער ווינקל: מיר פארבעטן פיני זיך צו פארשטעלן אין קורצן?

פיני א שטאלצער, ערשיינענדיג אין שפיטאל מיט זיין פאטער

פיני: מיין נאמען איז פיני פרידמאן, כ’בין אויפגעוואקסן אין סקווירא, געלערנט אין ישיבה האב איך אין נייטרא, און יעצט בין איך אין ישיבה שיעור ד’ ד’סקווירא.

אידישער ווינקל: וואס עפעס אוועקגעבן א ניר?

פיני: כ’האב געהאלטן אז דאס איז דער גרעסטער און העכסטער שטאפל וואס מען קען נאר טון צו ראטעווען א מענטשנס לעבן, קיין אי-עם-טי אדער דאקטער בין איך נישט, אבער א געפיל צו העלפן פארמאג איך יא.

אידישער ווינקל: וואס איז געווען שטאפל נומער איינס, נאכן באשליסן אז דו ביסט א ניר דאונע”ר?

פיני: כ’האב גערופן “רינועל,” צו הערן וואס די פראצעדור גייט זיין.

אידישער ווינקל: וואס האט דיין פאמיליע געזאגט דערצו?

פיני: אין אנהויב זענען זיי געווען זייער דערשראקן און ווידערשטאנדיג, אבער נאכן הערן פאקטן פון פארשידענע מענטשן, און זען ווי נישט מסוכן דאס איז, האבן זיי געגעבן דעם אקעי.

אידישער ווינקל: קענסט אראפלייגן די סדר היום פון די טאג וואס האסט אוועקגעגעבן דיין ניר?

פיני: כ’בין געפארן צו מאונט סיני שפיטאל, געדרייווט האט מיר א אנדערע ניר דאונער, א חשוב’ע אינגערמאן מיטן נאמען שרולי גרין הי”ו ער האט מיר געגעבן געוואלדיגע חיזוק און שטיצע, און אפשר איז דא טאקע די פלאץ אים צו דאנקען, ער איז געווען מיר אגאנצן טאג, און געהאלפן אויף יעדע ריר ממש נישט צום באשרייבן, עס האט מיר געוויזן נאכאמאל וואספארא ספעציעלע הערצער “קידני דאונערס” פארמאגן, כ’האב געהאט ארום מיר פארשידענע וואלענטירן און מיטגלידער פון רינועל, און מיינע עלטערן זענען דארט געווען, מ’האט מיר אנגעצייגט אז כ“ק אדמו”ר מ’באיאן שליט”א זאגט אז מ’זאל זאגן די פרשה פון עקידה צוליב וואס מען שטעלט זיך ממש אויפן מזבח פאר א צווייטע איד, כ’האב עס טאקע געזאגט, און אנשטאט זיין אנגעצויגן האב איך געהאט א אמת’ע שמחה אין מיר, כ’האב זיך געווייקט אין התרגשות. דאן בין איך אריין אין אפעראציע צימער.

אידישער ווינקל: פארוועם איז די ניר געגאנגען?

“אדאנק פארן ראטעווען מיין לעבן!”
פיני אין א רירנדע באגעגעניש מיט דער רעסיפיענט, וואס אטעמט יעצט אויף זיין ניר

פיני: פאר א היימישער אינגערמאן וואס האט געשוועבט צווישן לעבן און…

אידישער ווינקל: האסט זיך דורכגערעדט מיט איינעם בעפארן טון אזא זאך?

פיני: כ’האב עס דורכגערעדט מיט מורי ורבי כ”ק אדמו”ר מ’סקווירא שליט”א, און אנדערע מענטשן מיט וועם איך טייל מיט זאכן אין מיין לעבן. און געוויס אויך מיט אנדערע קידני נדבנים.

אידישער ווינקל: וואס האט דער רבי געזאגט?

פיני: כ’בין דארט געווען 2 מאל איינס פרעגנדיג אויב כ’זאל עס טון, ער האט מיר געענטפערט “די זכות פון די מצוה זאל דיר ביישטיין!” און א נאכט פאר די אפעראציע האט ער מיר געבעטן מיין נאמען, מיין מאמעס נאמען, און די נעמען פון די רעסיפיענט, מיר זאגנדיג “כ’וועל דיר אינזין האבן מארגן ביים דאווענען.”

אידישער ווינקל: האסט באקומען חיזוק פון מענטשן ארום דיר?

פיני: נישט ממש! צוליב וואס כ’האב נישט געזאגט פאר קיינעם ארום מיר, האלטנדיג דאס פאר א געהיימעניס. ווער עס האט יא געוואוסט איז געווען רבי מנחם פרידמאן פון רינועל און זיין שטאב, וואס האבן מיר פארשטייט זיך געגעבן אסאך חיזוק.

אידישער ווינקל: ווען ביסטו געווען די מערסטע איבערגענומען?

פיני: בשעת’ן ווארטן אריינצוגיין צו די אפעראציע, כ’האב גענומען עטליכע מינוט, און געשריבן א אימעיל צו א שטאב געהילף, א פרוי אינערהאלב רינועל, וואס באגלייט מיר שוין די לעצטע 8 מאנאטן קעמפנדיג אז איך זאל קענען דורכפירן די אקט, (אסאך שפיטעלער האבן מיר אפגעזאגט צוליב יונגע עלטער וכדו’ זיי זאגן אפ זייער גרינג) כ’האב אנגעצינדן די ניגון “ממלא כל עלמין,” עס האט געארבעט נאכאנאנד, און איך האב ממש געוויינט, איך בין געווען אזוי באגייסטערט און עמאציאנאל, האלטנדיג פאר אזא זאך.

אידישער ווינקל: האסט געהאט מאמענטן פון חרטה?

פיני ערלויבט זיך צו שמייכלען, אויפן וועג צום באזוכן דעם רעסיפיענט

פיני: חס ושלום! די איינציגסטע חרטה וואס איך האב, איז אז אפשר האב איך נישט גענוג אויסגענוצט גענוג יענעם טאג, עס איז א טאג איינמאל אין לעבן, נישט יעדער האט אזא טאג, און די געפילן זענען אומבאשרייבליך, כ’וואלט געקענט באשטיין די שעות זאלן זיין

אידישער ווינקל: ווען ביסטו געווען דאס מערסטע אפגעשוואכט?

פיני: כ’האבעס גענומען זייער גרינג ב”ה, זיי האבן מיר שוין געוואלט אהיימשיקן א טאג דערנאך, און איך בין געווען דער וואס האט זיך גע’עקשן’ט צו פארבלייבן נאך א טאג, ווילנדיג זיכער מאכן אז אלעס איז מסודר.

אידישער ווינקל: וויאזוי זענען דורך די טעג דערנאך?

פיני: זייער גרינג, דער עולם האט אנגעהויבן אויסגעפונען און עס האט געשטראמט מיט סימפאטיע און מיטגעפילן, פון אלע ארומיגע פריינט.

אידישער ווינקל: האסט זיך געטראפן מיטן קידני רעסיפיענט?

פיני מיט ר’ שרולי גרין, אליינס א ניר נדבן און ר’ מנחם פריעדמאן פון רינועל

פיני: פאר עטליכע מינוט, מיר זענען ביידע געווען אין פיין, זייענדיג גראד נאכן אפעראציע, אבער דאס איז עס.

אידישער ווינקל: עס לוינט זיך?

פיני: כ’קען נישט זאגן פאר אנדערע, פאר מיר האט זיך דאס געלוינט 101 פראצענט.

אידישער ווינקל: וואס קענסטו זאגן צו מענטשן וואס שפאקולירן דאס צו טון?

פיני: יעדער איז אנדערש, כ’קען נישט זאגן מער ווי דאס, אז עס וועט מיר בלייבן אן אינספיראציע אויף אייביג!

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.