ארטיקלען און געדאנקען

וויאזוי וועלן מיר אויסקוקן?

כ”ז ניסן, תשפ”ו

“רינג רינג רינג.”

דער טעלעפאן האט זיך צעקלונגען אינעם שטוב פון די ברוינשטאקס. מרת ברוינשטאק האט זארגפעלטיג אויפגעהויבן דעם טרייבל.

“העלא?”

“יא, מרת ברוינשטאק. דא רעדט יאנקעלע’ס רבי. איר מוזט אריבערקומען אין חדר יעצט!”

“וואס איז געשען?” האט מרת ברוינשטאק געפרעגט מיט פחד.

“יאנקעלע איז אראפגעפאלן אלע שטיגן. ער ליגט אויף דער ערד און ס’רינט בלוט פון זיין קאפ, ער וויינט זייער ביטער.”

“כ’פארשטיי נישט,” האט פרוי ברוינשטאק זיך אנגערופן מיט אויפברויז. “דו ביסט נארמאל?! א יונגל איז אראפגעפאלן און זיך צעקלאפט און דו לאזסט אים ליגן אויף דער ערד און דו רופסט מיך, אנשטאט זיך אפגעבן מיט אים?! וואספארא מלמד ביסטו?! איך וועל רופן די הנהלה און כ’וועל…”

“זייט מיך מוחל מרת ברוינשטאק, אבער דאס איז די ישיבה’ס פאליסי. מלמדים זענען נישט ערלויבט צו טאטשן א קינד וואס האט זיך צעקלאפט נאענט צום אותו מקום, אויב כאפט איר וואס כ’מיין…”

“וואס הייסט נאענט?… וואו האט ער זיך צעקלאפט?”

“אויפ’ן שטערן, נעבן די האר!”

“אויפ’ן שטערן! רבונו של עולם! וואס רעדסטו צו מיר איבער אותו האיש. ער האט זיך צעקלאפט אויפ’ן שטערן פאר העווענס סעיק.”

“מרת ברוינשטאק, מיר טארן נישט אנרירן די קינדער ביז דריי פיס אוועק פונעם… נא… כ’קען אייך צוזאגן אז ווי נאר יאנקעלע איז געפאלן האב איך ארויסגענומען פון מיין לעדל דעם אינטש-מעסטער וואס די הנהלה האט צוגעשטעלט פאר אלע מלמדים. איך האב אים אפגעמאסטן, און געזען אז יאנקעלע’ס שטערן איז נאך אין די דריי פיס. איימסארי, אבער כ’טאר גארנישט טאן.”

“דו מטורף, דו נאצי, ס’ליגט א קינד אויף דער ערד און ס’גיסט אים בלוט און דו נעמסט ארויס א מעסטער. כאטש גיב אים א גלעט, א טישו זיך אפצואווישן די טרערן. עפעס.”

יאנקעלע’ס רבי איז אויפגעשפרונגען ווי א שלאנג-געביסענער: “מרת ברוינשטאק?! וואס רעדט איר צו מיר אזעלכע ניבול פה?! געבן א – כ’וויל אפילו נישט ארויסזאגן דאס ווארט – פאר א קינד! אויב הערט איר נישט אויף צו רעדן שמוציג וועל איך מוזן אויפהענגען דעם טעלעפאן.”

“אבער געוואלד און געשריגן, מיין קינד ליגט אויפ’ן פלאר און…”

“בארואיגט אייך מרת ברוינשטאק. מיר האבן קעיר גענומען פון די סיטועישאן. מיר האבן ארויסגענומען די ספעציעלע בעריקעידס וואס די ישיבה האט איינגעקויפט פאר דעם צוועק און עס ארומגעלייגט ארום יאנקעלע, אזוי אז קיינער זאל זיך ח”ו נישט אויסגליטשן אויף זיינע בלוט. עניטיים איר האט פינף מינוט איבעריג קענט איר ארויפקומען צו די ישיבה און אויפהייבן אייער יונגל און אים געבן א בענדזש.”

ס’איז א ביטער געלעכטער אבער דאס איז וויאזוי אונזערע מוסדות גייען אויסקוקן ביז אפאר יאר, א דאנק די פיינע מענטשן וועלכע זארגן זיך פשוט פאר דעם חינוך פון אונזערע קינדער.

*

מיט א דריי-צענדליג יאר צוריק האב איך געלערנט ביים מנהל וואס ווערט יעצט אזוי ביטערליך באשמוצט. ס’ליגט מיר נאך אין די ביינער דעם ליבליכן גוטמארגן מיט וועלכן ער האט מיר אפגעווארט יעדן אינדערפרי ווען איך בין געקומען אין חדר, און יא, דער גלעט וואס ער האט מיר געגעבן ווען כ’בין אראפגעפאלן און זיך צעקלאפט.

חדר איז געווען א שרעקעדיגע ערפארונג פאר מיר. איך האב געציטערט פון די ברוינע און רויטע ציגל און פון דעם שרעקעדיגן מלמד. אויב איז געווען איינער וואס האט געמאכט דעם חדר מער זיס פאר מיר איז עס געווען דער מנהל וואס איז געווען אזוי געטריי און וואויל צו אלע קינדער.

יעדער איינער איז שוין מער ווייניגער באקאנט מיט די פאקטן אונטער דעם רשעות’דיגן ווידעא און וויאזוי א מלמד וואס קוקט שוין פונלאנג ארויס צו פארכאפן דעם מנהל פאסטן איז געגאנגען און צוזאמען מיט א זעלבסט געקרוינטן טעראפיסט אריינגעשטעלט א ווידעא אין דעם אפיס פונעם מנהל כדי אים צו כאפן ביי עפעס. וויאזוי אזא נידערטרעכטיגער מענטש קען נאך זיין א מלמד פון תשב”ר איז בעיאנד מי.

מען דארף קיינעם נישט זאגן אז אז מען זאל לייגן א ווידיא ביי יעדן מלמד אדער מנהל וואס דיעלט מיט קליינע קינדער, וועט מען במשך פון וואכן און חדשים טרעפן א געוויסן קליפ וואס “זעט אויס” שלעכט, צי דאס איז ווען דער מלמד טוט אן פאר דעם יונגל דעם קאוט אדער ווען ער גלעט אים וכו’.

יעדער איינער ווייסט אויך זייער גוט אז די רשעי עמנו זענען געגאנגען און איבערגעגעבן די ווידעא פאר דעם די. עי., שוין מיט זעקס חדשים צוריק – נאך פאר זיי האבן עס איבערגעגעבן פאר א רב אדער די הנהלה – און דער אפיס פון די. עי. האט דורכגעפירט א שווערע אינוועסטיגעישאן און אינוועסטיגעיטעד דעם מנהל פאר שעות און אויך די עלטערן פונעם קינד, און דעם קינד אליינס, און באשלאסן אז ס’איז נישטא קיין שום קעיס, און דעריבער איז גארנישט געווארן דערפון.

די הנהלת המוסד, וואס איז געוואויר געווארן איבער די ווידעא פונעם די. עי. האט געשיקט דעם ווידעא פאר עקספערטן און אליין דורכגעפירט א העפטיגע אינוועסטיגעישאן, ווי אויך האט מען אויסגעפרעגט דעם קינד און צענדליגער אנדערע קינדער, גייענדיג צוריק עטליכע עידזשעס. קיין איינער, אבער ממש קיין איינער, פון זיי האט נישט איבערגעגעבן אז דער מנהל האט געטאן עפעס וואס מען טאר נישט.

(אגב, איך פערזענליך האב געטאן דאס זעלביגע, פארן שרייבן דעם ארטיקל, כדי צו זיין אויף די סעיף סייד. כ’האב אויסגעפרעגט איבער הונדערט יונגעלייט בלי גוזמא וואס האבן געלערנט ביי דעם מנהל. כ’האב נישט געהערט פון ממש קיין איין איינציגן מענטש אז דער מנהל האט געטאן מיט זיי מעשים אשר לא יעשו, אדער אז זיי האבן געהערט פון אן אנדערן מיט וועמען דער מנהל האט דאס געטאן.)

זעענדיג אז מיט’ן געזעץ גייט עס נישט און די פראסעקיוטארס געפינען נישט פאר וויכטיג צו פרעסן טשארדזשעס, זענען געגאנגען די רשעים און עס ארויפגעלייגט אויפ’ן אינטערנעט, האפנדיג אז דורכ’ן לייגן פרעשור וועט זיי געלונגען צו באזייטיגן דעם מנהל. זיי האבן געוואוסט זייער קלאר אז ס’וועט מכפיש זיין דעם חינוך אונזער’ן – וואס איז שוין אזוי אויך אונטער אטאקע, פאר די גאנצע וועלט. זיי האבן געוואוסט זייער קלאר וואספארא שווערע קאנסעקווענצן דאס וועט ברענגען פאר גאנץ יהדות החרדית, און דער ריזן חילול השם וואס ס’וועט ארויסקומען אבער זיי איז אנגעגאנגען איין זאך, מען דארף דעם מנהל אונטערברענגען, ווייל ער שטייט אין וועג פון אנדערע וואס פרובירן צו שטייגן אויפ’ן לייטער.

אויב האט איינער געמיינט אז די רשעים האבן געזען וואספארא מיאוס’ן שטיקל זיי האבן געטאן און באקומען קאלטע פיס שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען געגאנגען און איבערגעגעבן – דאסמאל דירעקט פאר די מידיע – אן אנדערע ווידעא וואו מען זעט דעם מנהל גלעטן א קינד. (גיי ווייס פון וועלכן יתומ’ל אדער צעבראכן קינד ס’האט זיך גערעדט וואס איז געווען אנגעוויזן אין אביסל איבעריגע ליבשאפט!)

און זיי זענען נאך עדיין עומדים במורדם און שטייען און באשמוצן נאך אלץ דעם מנהל בשאט נפש, איבערגעבנדיג אינפארמעישאן פאר די אט”ד קאמיוניטי וואס פירן א מערכה מיט אונזער חינוך און אנדערע שונאים.

רבותי, ווער ס’קען די פרטים ווייסט זייער גוט אז די רשעות וואס ווערט יעצט דורכגעפירט אין קרית יואל קומט פונעם זעלבן חדר וואס האט דורכגעפירט רשעות אויף פילע אנדערע אידן אין קרית יואל, גייענדיג צוריק צענדליגער יארן, וד”ל. אלע בלבולים נוראים אויף מענטשן וועמען מען האט באשמוצט און אונטערגעברענגט בלויז פאר רשעות.

לאמיר זיך אלע צוזאמנעמען און זאגן פאר די רשעים גענוג איז גענוג!

אגב, די מעשה מיט וואס כ’האב אנגעפאנגען דעם ארטיקל איז בכלל נישט קיין פאנטאזיע. ס’גייט געשען ביז גאר א קורצע צייט. מלמדים גייען ווערן ראבאטס און מורא האבן צו געבן א גלעט פאר א קינד, אויס פחד אז מען וועט שרייען אז ער איז א טשיילד מאלעסטער.

חוץ מזה גייען קעיפעבל מענטשן מיט חינוך טאלאנטן שטיין ווייט פון דעם פעלד. פארוואס ווערן א מלמד? פארוואס ווערן א מנהל? ווען מען ריזיקירט אז איין טאג וועט מען דיך באשמוצן און אויסזידלען אז דו ביסט א טשיילד מאלעסטער ווייל דו ביסט געווען געטריי צו די קינדער? ביז היינט האט מען געוואוסט אז די מערכה קעגן אונזער חינוך ווערט געפירט דורך די אט”ד קאמיוניטי. יעצט ווערט מען געוואויר מיט שאק אז זיי האבן די שטיצע פון אינסיידערס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.