דער דרייווער מיטן נאמען ‘עראן וואלד’ איז געפארן אין די קלעם-7 טונעל אין בריסבען אויסטראליע פארגאנגענע דאנערשטאג, ווען ער איז פארבייגעפארן דעם גרויסן טראק, פון וואס עס האט זיך אראפגעקוילערט דער שווערער מאדראץ, אריין אין זיין וועג. “איך האב געציטערט אז איך בין פארטיג אן קיין ספק” האט וואלד געזאגט, “איך מאך שוין דעם וועג פאר די לעצטע 20 יאר, און איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא זאך.”
דער מאדראץ האט זיך מיט מזל אראפגעקוילערט פארנט פון זיין ביציקל, העלפנדיג ברענגען דעם מאטאר צו אן אפשטעל, אן וואס ער זאל זיך פארהאנקערן דערין, און זיך איבערדרייען דערויף.
די פליעדיגע אויטאס האבן עספיעט זיך אפצושטעלן באצייטנס, און עטליכע מענטשן האבן זיך אפגעשטעלט אויף די ליניע ווי ער איז געפארן, קומענדיג צו לויפן זען אויב דער דרייווער דארף הילף. זעענדיג דער דרייווער איז גארנישט געשעדיגט האט מען גערוקט דעם מאדראץ אין די זייט, ווארטנדיג פאר די פאליציי פאר א פאליציי-רעפארט.
די פאליציי האבן ארויסגעגעבן די סורוועילענס רעקארדירונג פון די דראמאטישע אינצידענט, און באוויזן צו אידענטיפיצירן דער דרייווער פונעם טראק וואס שטייט יעצט אויס א קלאגע, מיט עטליכע שטראפן, צווישן זיי א שטראף פון 275$ פארן טרעוולען מיט אזא אומפארזיכערטע לאסט.