עס שוועבט שוין די לעצטע יארן שווערע גזירות איבער די חינוך פון די לאנדאנער מוסדות, און די מוסדות התורה אין שטאט פלאגן זיך גאר שווער צו באהאנדלען די אנגייענדע פראבלעמען, וועלכע ווערן כסדר שווערער און מער קאמפליצירט. די עקזיסטענץ פון די מוסדות החינוך און יהדות החרדית בכלל שטייט יעצט פאר זייער אן ערנסטער געפאר.
די זארג האט זיך פארגרעסערט ווען אין די טעג, איז די ענגלישע “ערציאונג דעפארטמענט” ארויס געקומען מיט א ‘דראפט-געזעץ’ וועגן נייע גזירות החינוך, מיט גזירות נוראות אויף גאר האקעלע און יסודות’דיגע ענינים פון אונזער אמונה.
לויט די נייע געזעץ וועט די רעגירונג איינטיילן וואס מען מעג יא לערנען, וואס מען מעג נישט לערנען, און וואס מען מוז לערנען, וואס איז ווי פארשטענדליך זייער א שווערע גזירה פאר ערליכע אידישע קינדער.
אויב וועלן אט די גזירות חלילה אריינגיין אין קראפט, וועט נישט מעגליך זיין צו האלטן א אודישע מוסד אין גאנץ ענגלאנד סיי יונגלעך סיי מיידלעך, פשוטו כמשמעו. די דעפארטמענט שרייבט זעלבסט אין זייער אפשאצונג פון די נייע געזעץ, אז די געזעץ וועט פאראורזאכן ”אויסטערלישע שווערע רעזולטאטן אויף די אלטרא-ארטאדאקסישע מוסדות”.
זיי שאצן אויך אז זיי ”ערווארטן שוועריגקייטן פאר קינדער צוליב דעם וואס די מוסדות פארמאכן זיך” אבער ”עס וועט נאר זיין א צייטווייליגע פראבלעם, ביז די קינדער טוען
זיך איינגלידערן אין פובליק סקולס”. רח”ל.
מען פרובירט צו מאכן שתדלנות, צווישן די פילע פעולות האט מען אויך געמאכט א גרויסע פעטיציע דרייוו, וואו טויזענטער עלטערן האבן אונטערגעשריבן זייער פארלאנג אז זיי ווילן ערציען זייערע קינדער לויט די תורה הקדושה, און אז די רעגירונג זאל זיך נישט אריינמישן.
אבער ווי עס זעט אויס זענען די ערציאונג מיניסטארן אויסן צו רודפן די היימישע מוסדות התורה. כלל ישראל ווייסט דעם אלטן כלל אז “אין כוחינו אלא בפה”, און דערפאר האבן די רבנים פאררופן אויף נעכטן א גרויסער מעמד עצרת ובקשת רחמים, צו איינרייסן וועלטן אז די גזירות זאלן בטל ווערן.
ווי די פאליציי שאצט האבן זיך באטייליגט ארום זיבן טויזענט חרדישע אידן ביים גרויסן עצרת אין סטעמפארד הילל, לאנדאן, און אינאיינעם האט מען בוקע רקיעים געווען ביים גרויסן באשעפער להעביר את רוע הגזירה.
דער עצרת האט זיך אנגעהויבן מיט א געשריי צו די קינדער “ווען איר זענט מתפלל, שרייט הויעך: טאטע, טאטע, העלף אונז”. און איז געשלאסן געווארן מיט א וויי געשריי פון טויזענטער צובראכענע הערצער “שמע ישראל”, ווען מען האט זיך מקבל געווען עול מלכות שמים.