קאנאדע איז נארוואס געווארן די צווייטע לאנד אין א רייע פון זיבן וואס וועלן לעגאלאזירן דאס האנדלען מיט מאריכואנא.
די קאנאדישע “אפפער הויז” פון די פארלאמענט האט דינסטאג נאכמיטאג באשטעטיגט די בילל, מאכנדיג קאנאדע דאס צווייטע אויפן ליסט, אורוגוויי איז געווען דער ערשטער און האט שוין ערלויבט מאריכואנא האנדל און 2015.
דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטאר טרודא האט געשריבן דערוועגן אויף טוויטער: “עס איז געווען אזוי גרינג פאר די קינדער זיך איינצוהאנדלען מאריכואנא, און נאר די קרימינאלן האבן פארדינט דערויף. מיר טוישן דאס”
די נייע געזעץ וועט ערלויבן צו פארקויפן מאריכואנא נאר פאר איינעם העכער די אכצן יאר, געוויסע געגנטער ערלויבן נאר פון די ניינצן אזוי ווי ביי אלקאהאלישע געטראנקען,
עס איז ערווארטעט אז די געשעפטן וועלן דאס שוין אנהייבן פארקויפן אזוי פרי ווי צען וואכן ארום.