וואשינגטאן – א שטורעם איז נעכטן אנטשטאנען, ווען ס’איז אויפגעדעקט געווארן, אז די יו-ען האט באהאלטן און פארמעקט שרעקעדיגע דעטאלן פון די אסאד רעזשים’ס כעמישע אטאקעס, אין א באריכט וואס זיי האבן פובליצירט מיט עטליכע טעג צוריק.
דער יו-ען באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך א ספעציעלער יו-ען קאמיסיע, וועלכע האט אויסגעפארשט כעמישע וואפן באנוץ אין סיריע, און די פארמעקטע דעטאלן האבן זיך באצויגן איבער א ברוטאלער כעמישער אטאקע דורך דעם אסאד רעזשים אינעם גועטא ראיאן.
לויט’ן “ניו יארק טיימס”, האט דער אריגינעלער באריכט פארמאגט גאנצע זיבן זייטן מיט דעטאלן איבער’ן צושטאנד אין גועטא נאך דער אטאקע, אבער די יו-ען האט ארויסגענומען די זיבן זייטן, און בלויז אריינגעשטעלט קורצע דעטאלן און פונקטן איבער דער ספעציפישער אטאקע.
דער טיימס האט געלייגט א האנט אויף די זיבן זייטן, און צווישן די דעטאלן זעט מען באווייזן אז די ראקעטן וואס זענען גענוצט געווארן אין דער כעמישער אטאקע, זענען פראדוצירט געווארן דורך איראן. דעריבער איז מעגליך אז די יו-ען האט דאס פארמעקט, צו באשיצן איראן’ס רעפוטאציע. די יו-ען האט אבער דערווייל נישט קאמענטירט.