לאקאל און נאציאנאל

קאליפארניע וואלדפייער ברענגט שאדנס

לאס אנדזשעלעס – א העליש וואלדפייער אין צפון קאליפארניע האט שוין פארברענט צוועלף געביידעס. דאס פייער, וואס פלאקערט אין דער קלעירלעיק אוקס געגנט, האט זיך שנעל פארשפרייט צוליב טרוקענע גראז און נידריגע צווייגן, און עס ברענט יעצט אויף א שטח פון 2.5 סקווער מייל.

זעקס הונדערט אנדערע געביידעס און הייזער אינעם ראיאן זענען אין געפאר פון פארכאפט ווערן אין די פלאמען, און מאסיווע עוואקואציעס קומען פאר, וואו הונדערטער איינוואוינער זענען געצווינגען צו אנטלויפן.

אויסער דעם ברענען נאך עטליכע פייערן אינעם ראיאן, אריינגערעכנט אין דער דערנעבנדיגער טעהאומע קאונטי, וואו א פייער האט שוין פארצוקט 5.6 סקווער מייל, אבער דערווייל זענען געביידעס אפגעשוינט פון יענעם פייער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.