וואשינגטאן – א שטורעם איז נעכטן אנטשטאנען, ווען עמיצער, וועלכער איז לאנג געווען א נאענטער ראטגעבער פון פרעזידענט טראמפ, האט גענוצט א העסליכן ראסיסטישן אויסדרוק קעגן א שווארצן.
דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער געוועזענער טראמפ דעפיוטי קאמפיין טשעירמאן, דעיוויד באוסי, האט געגעבן אן אינטערוויו אינאיינעם מיט דעם שווארצן דעמאקראטישן באאמטער, דזשאול פעין, און מען האט היציג דעבאטירט די אישו פון טראמפ’ס “זערא טאלעראנץ” אימיגראציע פאליסי, ווען באוסי האט זיך אינמיטן געגעבן א צעשריי אויף פעין “דו ביסט געפאלן פון דיין וואטע-קלויבנדיגן זינען?!”
דער אויסדרוק פון “וואטע-קלויבן” איז א באקאנטער ראסיסטישער אויסדרוק קעגן שווארצע, וויבאלד עס באציט זיך צו דער צייט ווען שווארצע זענען געווען פארשקלאפט און געארבעט אין וואטע פעלדער אין לאנד.
באוסי האט זיך שפעטער אנטשולדיגט, נאכ’ן זען דעם שטורעם וואס ער האט אנגעדרייט.