דאס לאנד איראן איז לעצטנס אויף רעדער, ווען שווערע הונדערטער טויזנטער פראטעסטירער בוזשעווען אין די גאסן מיט גרויס אויפברויז, כאטש וואס דער רעזשים פרובירט צו אונטערדרוקן יעדן סארט רעוואלאציע מיט א שטייפע האנט.
זינט אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פון די איראן דיעל, לויט ווי טראמפ האט פארשפראכן לויפנדיג פאר פרעזידענט, איז צוריק באנייט געווארן די סאנקציעס וואס זענען אראפגענומען געווארן פון איראן אלס טייל פון דעם דיעל.
אלס רעזולטאט איז די איראנער עקאנאמיע גייט אראפ טיפער און טיפער אין דער ערד, וויבאלד פילע פאבריקן האבן מורא צו האנדלען מיט איראן, זיך שרעקנדיג פון אמעריקאנע שטראפן. דער איראנער וואלוטע שטייט אצינד גאר נידעריג, און די איראנער באפעלקערונג – וועלכע איז שוין זאט פון די רעזשים – האט אנגעהויבן ווילדעווען און בוזשעווען אין די גאסן, אלס פראטעסט פאר די שווערע מצב אין וואס דאס לאנד שטייט.
אנשטאט צו אנהייבן טראכטן איבער א גראדע וועג ארויס פון זיין פלאנטער, האט דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוחאני באשלאסן צו טייטלען מיטן פינגער און באשולדיגן מדינת ישראל און די מערב וועלט, אלס די וואס שטייען אונטער די אלע שטורעמישע פראטעסטן, אין א לאנד וואו מ’האט זיך ביז היינט נישט דערוואגט אזוי שטארק צו פראטעסטירן, וויסנדיג אז די רעזשים איז זיך שרעקליך נוקם אין די וואס שטייען איר אין וועג.
אין א רעדע היינט צום איראנער פאלק, האט רוחאני געזאגט איבער די פראטעסטן, אז “די רעדע איז איבער א קאמפיין פון איזראעל און אמעריקע קעגן איראן. מיר וועלן זיך נישט אונטערגעבן פאר די פאראיינגטע שטאטן, איך טוה קושן די הענט פון די איראנע באפעלקערונג, און מיר זאגן אז מיר וועלן זיי קיינמאל נישט לאזן אומווארפן אונזער רעזשים”.
ביים רעדע האט ער אויך געזאגט אז די רעזשים גייט ארויסשטעלן צום איראנער פאלק א פלאן פון פינף שטאפלען, וואס וועט ברענגען א לעזונג צום ארבעטסלאזיגקייט אין לאנד, עס וועט ברענגען פרישע דזשאבס, פרישע וואוינונג פראיעקטן, העכערן די פראדוקציע אין איראן, און א פולשטענדיגע איבערזיכט איבער די פרייזן פון די פראדוקטן, באגלייט דורך די רעזשים.
ער האט שטארק פרובירט איבערצורעדן זיין פאלק אז מען זאל זיך אליינס אויפבויען אין אלע אינדוסטריעס, אזוי וועט מען זיך נישט דארפן ספראווען מיט די אמעריקאנע סאנקציעס, און מען וועט נישט דארפן מער אימפארטירן קיין שום זאך פון פרעמדע לענדער.
די רעדע איז געקומען נאכדעם וואס די מאסן פראטעסטן האבן היינט פארגעזעצט און זיך פארברייטערט איבער עטליכע שטעט, וואו עס זענען פארגעקומען קאנפראנטאציעס מיט די פאליציי וואס האבן פרובירט צו פארטרייבן די פראטעסטירער מיט ברוטאלע מיטלען.
אין די זעלבע צייט זענען פילע ריזיגע געשעפטן אין די גרויסע באזאר אין טעהאראן געווען פארשפארט, א זאך וואס האט נאך נאכמער געהעכערט די פרייזן אין לאנד, וויבאלד דער באזאר שפילט גאר א גרויסע ראלע איבער די פינאנציעלע און אלגעמיינע איראנער לעבנסשטייגער.