פלארידע – דאס אז פילע פריוואטע פירמעס שיסן לעצטנס זייער אפט ארויף נייע סאטעליטן צו די הויכע רוימען, איז זייער א גוטע און פאזיטיווע זאך פאר דער מענטשהייט, וויבאלד די סאטעליטן וועלן העלפן אויספארשן און פארשטיין וואס עס טוט זיך אין ספעיס מיט דעם באשעפער’ס וואונדער.
אבער די פאסאזשיר אוויאציע אינדוסטריע באקלאגט זיך, אז יעדעס מאל ווען עס קומט פאר אזא ארויפשיס, דארפן זיי אפשאפן פילע פליגערס אין די צענדליגער מיילן ארום און ארום, און עס קאסט זיי אפ א סאך געלט און קאפ ווייטאג.
איין אזא ביישפיל איז געווען אין פעברואר 6 היי יאר, ווען “ספעיס-עקס” האט ארויפגעשאסן איר גרעסטן ראקעט פון פלארידע, און אין יענעם טאג זענען 563 פליגערס פארשפעטיגט געווארן, און פילע פליגערס האבן געדארפט מאכן אומוועגן, צולייגנדיג 60 מייל צו יעדע רייזע.