לאקאל און נאציאנאל

קאנגרעס בלאקירט גואנאטאנאמא געלט

וואשינגטאן – אין א קלאפ פאר’ן ווייסן הויז, האט קאנגרעס אפגעזאגט צו באשטעטיגן פרישע 69 מיליאן דאלאר, וואס וועט גענוצט ווערן אויפצובויען א נייע טורמע געביידע אינעם אמעריקאנער מיליטערישן גואנטאנאמא בעי, קובא טורמע.

מיליטערישע קאמאנדירן אין גואנטאנאמא בעי קאמפיינען העפטיג אין די לעצטע וואכן אז קאנגרעס זאל צושטעלן די געלטער – וואס זיי זאגן אז עס פעלט זיך אויס אהערצושטעלן איינריכטונגען פאר טעראריסטן וואס פארעלטערן זיך, און איז טייל פון טראמפ’ס פאליסי אנצוהאלטן די גואנטאנאמא בעי טורמע אויף אייביג, אנדערש ווי אבאמא וועלכער האט געארבעט דאס אפצושפארן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.