וואשינגטאן – די דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט איז שטארק צעשאקלט, נאכ’ן ליידן א שווערן פארלוסט ביי די פריימערי וואלן דינסטאג נאכט.
דער פארלוסט איז געקומען אין ניו יארק, וואו דער לאנגיעריגער, הויכראנגיקער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן, דזשאו קראולי, האט פארלוירן זיין קאנגרעס זיץ, צו א יונגע 28 יעריגע קאנדידאטקע ביים נאמען אלעקסאנדריע אקעסיע-קארטעז, וועלכע האט נישט קיין שום פריערדיגע פאליטישע ערפארונג.
קראולי איז באטראכט געווארן אלס צוקונפטיגער קאנגרעס ספיקער, און דער פאקט אז א ליבעראלע סאציאלע קאנדידאטקע האט אים באזיגט, צייגט אז דער ליבעראלער פליגל פון דער דעמאקראטישער פארטיי הייבט אן ווערן שטארקער און זוכט צו באזיגן די פארטיי’ס עסטאבלישמענט.