לאקאל און נאציאנאל

קאליפארניע פארבאט סאדע שטייער

לאס אנדזשעלעס – סיטיס לענגאויס קאליפארניע וועלן נישט קענען ארויפשטעלן קיין שום ספעציעלע שטייערן אויף זיסע סאדע, אמווייניגסטנס פאר די קומענדיגע צען יאר, נאכדעם וואס דער ארטיגער גאווערנאר דזשערי בראון האט אונטערגעשריבן אזא פארבאט, וואס איז באשטעטיגט געווארן דורכ’ן סטעיט לעגיסלאטור.

דער פארבאט איז דער רעזולטאט פון א העפטיגן קאמפיין וואס די “אמעריקען געטראנקען אסאסיעשאן”, וועלכע רעפרעזענטירט קאוקע-קאולע, פעפסי און אנדערע, פירט איבער’ן לאנד, צו בלאקירן אזעלכע סארט שטייערן, זאגנדיג אז ס’וועט נאר העכערן די פרייזן פון סאדע און אפעקטירן ארימע קאנסומערס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.