אידישע נייעס

אויפדעקונג איבער הימלער’ס קינד

בערלין – די מידיא אין דייטשלאנד שטורעמט מיט אן אויפדעקונג, אז די טאכטער פונעם נאצישן רשע היינריך הימלער ימ”ש, וועלכער האט געפירט די עס-עס, איז געווען איינגעשטעלט אין דייטשלאנד’ס שפיאנאזש אגענטור נאכ’ן צווייטן וועלט קריג.

די “בי-ען-די” דייטשע שפיאנאזש אגענטור האט באשטעטיגט, אז הימלער’ס טאכטער, וועלכע איז אליין געווען א שטיצער פון עקסטרעם-רעכטע נאציאנאליסטישע באנדעס אפילו נאכ’ן קריג, איז געווען איינגעשטעלט אלס סעקרעטאר אין דער אגענטור פון 961′ ביז 963′.

די אויפדעקונג צייגט אז די דייטשע רעגירונג האט נאכ’ן קריג נישט געטאן גענוג אויסצוראטן נאציס און נאצי שטיצער פון די העכסטע עשאלאנען אינערהאלב אירע אגענטורן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.