אייראפע – א שטעטל אין עסטאניע האט מיט עטליכע טעג צוריק אוועקגעשטעלט א טאוועל, צו באעהרן א געוועזענעם עס-עס נאצי אפיציר, ברענגענדיג אויפברויז ביי לאקאלע אידן.
דער טאוועל איז ארויסגעשטעלט געווארן אין דער שטאט מוסטלא, אין עהרע פון אלפאנס ראבעין, וועלכער האט געהאלפן די נאציס אויסשפרייטן זייערע רוצחי’שע לאפעס לענגאויס אייראפע ביים קריג, און טראץ וואס ס’זענען נישטא באווייזן אז ראבעין איז געווען פארמישט אין דערמארדן אידן, איז פארט אראפגעריסן געווארן דער פאקט אז מ’שטעלט אוועק א טאוועל אין זיין עהרע, נעמענדיג אין באטראכט אז ער איז געווען א קאלטבלוטיגער קאלאבארירער, טראץ וואס עסטאניער איינוואוינער האבן גוט געוואוסט וואס די נאציס זענען.