ווענעזועלע – א ווערטער געפעכט איז אנטשטאנען צווישן דעם ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורא און דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט מייק פענס.
די אומדירעקטע קריגעריי איז געקומען נאכדעם וואס פענס האט אפגעשטאט א באזוך אין בראזיל פאריגע וואך מיטוואך, און ער האט גאר שטארק אראפגעריסן דעם מאדורא רעזשים אין ווענעזועלע, באזוכנדיג א שעלטער אין בראזיל וואו אנטלאפענע ווענעזועלער בירגער געפינען זיך.
פענס האט דאן אפעלירט צו אנדערע צענטראל-אמעריקאנער לענדער צו טאן מער שריט איינצוצוימען דעם מאדורא רעזשים, און דערויף האט מאדורא פרייטאג רעאגירט, אז פענס איז “נישט מער ווי א גיפטיגער שלאנג”.