אטאווע – די אימפארט-שטייערן טאריפס, וואס די קאנאדישע רעגירונג האט געמאלדן אויף אמעריקאנער פראדוקטן, גייט היינט אריין אין קראפט.
קאנאדע האט אונטערגענומען די טאריפס אויף אמעריקאנער פראדוקטן, אלס נקמה צו דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט טאריפס אויף קאנאדישע אייזן און אלומינום וואס ווערט געשיקט קיין אמעריקע.
דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט פרייטאג פארעפנטליכט א ליסטע פון אלע אמעריקאנער פראדוקטן וואס וועלן אויסשטיין די 10 ביז 25 פראצענט שטייערן, אריינגערעכנט “קעטשאפ”, גראז שניידערס און שפיל-קארטלעך.