לאקאל און נאציאנאל פאליטישע נייעס און ארטיקלען

דעפיוטי אטוירני גענעראל אונטער אטאקע אין קאנגרעס

דער ‘דעפיוטי אטוירני גענעראל פון די פאראייניגטע שטאטן, ראד ראזנשטיין’ (א איד) איז פאריגע וואך דאנערשטאג געווען אין קאנגרעס, אויפצוטרעטן איבער די רוסישע אויספארשונג, און איבער דעם וואס אין עטליכע טעקסט-זענדונגען האט מען געזען ווי איינער פון די ‘עף בי איי’ אגענטן וואס זענען געווען פארמישט אין די אויספארשונג קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשריבן אנטי טראמפ זענדונגען צו א קאלעגע זיינער.

די מערסטע אויסגעשפראכן פון אלע רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט איז געווען קאנגרעסמאן “דזשים דזשארדן”, א קאנגרעסמאן פון אוהייאו.

דער “דזשים דזשארדן” איז באקאנט אלץ א פייערדיגער טראמפ שטיצער, ער וועט פאר טראמפ טון אלעס אין דער וועלט, און טאקע יעצט ביי די רוסישע אויספארשונג איז ער דער וואס פראבירט צו שטערן די אויספארשונג פון גיין פאראויס, אויף אלע וועגן וואס נאר שייך.

נישט ווארטנדיג קיין סעקונדע האט דער קאנגרעסמאן – ווען ער האט באקומען די מייקרעפאן אין די האנט אריין – זיך גענומען אריינצופליקן אין די ig, ממש אויף א פארזענליכער פארנעם.

“מיסטער ראזנשטיין פארוואס האלסטו צוריק אינפארמאציע פון קאנגרעס”? ראזנשטיין, “מר קאנגרעסמאן איך האלט נישט צוריק קיין שום אינפארמאציע פון קאנגערס וואס איז בארעכטיגט צו געבן”.

מר דזשארדן, קוקט גאר שטרענג און האקט אים איבער, “אין עטליכע מינוט ארום מיין איך גייט די קאנגרעס זאגן אנדערש”.

מר ראזנשטיין, מיט אן אויסגעשטרעקטער האנט, ווייזנדיג גלייך צום קאנגרעסמאן, “איך גלייב נישט אז זיי גייען אזוי זאגן, און אויב יא וועלן זיי מאכן א טעות”.

אזוי איז אנגעגאנגען די שמועס ווייטער, ווען די טענער ווערן אלץ הייסער און הייסער, ווען אין איין פאל איז מר ראזנשטיין אריינגעפארן פאר דעם קאנגרעסמאן, “איר ניצט דאס צו גיין פערזענליך קעגן מיר, איך גיי נישט פארזענליך קעגן דיר”.

שפעטער ווען דער קאנגרעסמאן האט געפרעגט ראזנשטיין אויב ס’איז ריכטיג אז ער האט געסטראשעט צו שיקן א סובפינע צו די אינטעלידזשענט קאמיטי. “מיסטער ראזנשטיין האט איר געסטראשעט צו שיקן א סובפינע? מידיע באריכטן זאגן אז דו האסט”. ראזנשטיין, “מידיע באריכטן זענען נישט ריכטיג”.

קאנגרעסמאן, “דאס איז וואס זיי שרייבן, אז די העכסטע ראנגען פון די אמעריקאנער געזעץ אינפארסירער סטראשן צו סובפינען אייערע רופן און אימעיל, און דאס איז א פחד”, “האט איר געסטראשעט צו סובפינען זייערע קאלס און אימעילס?”

ראזנשטיין, “ניין, און ס’איז נישט דא קיין וועג צו סובפינען טעלעפאן קאלס”.

דא האט די גאנצע זאל אויסגעפלאצט אין א געלעכטער פון די גאר שפיציגע ענטפער פון ראזנשטיין, דירעקטעט צו דעם קאנגרעסמאן, אים דערציילנדיג אין איין ווארט אז ס’איז נישט מעגליך אז די באריכטן זאלן זיין ריכטיג.

קאנגרעסמאן, “האט איר דאס געזאגט”, ראזנשטיין, “וואס?” קאנגרעסמאן, “דאס וואס איך האב יעצט פארגעליינט פאר דיר”, ראזנשטיין, “ניין איך האב נישט”, קאנגרעסמאן, “אויב אזוי וועמען דארף איך גלייבן, איר באאמטע וואס האבן אונז פארדרייט און באהאלטן פון אונז אינפארמאציע, וואס זאגן פאר עדות נישט צו ענטפערן אונזערע פראגעס? אדער מיינע קאלעגעס אויף דעם קאמיטע וואס האבן אונז קיינמאל קיין ליגנט נישט געזאגט?”

מר ראזנשטיין, “שכח פארן קלאר מאכן אז ס’איז נישט פערזענליך, מר דזשארדן”, קאנגרעסמאן, “איך זאג די יוסטיץ דעפארטמענט”, ראזנשטיין, “דו זאלסט מיר גלייבן ווייל איך זאג די אמת אונטער א שבועה, אויב דו וועסט האבן אן אנדערער אונטער א שבועה און ער וועט זאגן אנדערש פון מיר וועל איך זיין צופרידן צו רעאגירן”.

אזוי איז דאס אנגעגאנגען אהין און צוריק אין קאנגרעס, ווען די דעמאקראטן נעמען זיך אן פאר דעם הייסן רעפאבליקאנער, און טראמפ געשטעלטער מר ראזנשטיין, און די רעפאבליקאנער, רייסן ארונטער זייערס א קאלעגע, צוליב דעם וואס ער גייט נישט אין שפאן מיט די אגענדע פון עטליכע קאנגרעסלייט, וואס ווילן ברענגען די רוסישע אויספארשונג צו א באלדיגע ענדע.

דער אמת איז אז ביידע זייטן פון די מטבע זענען בארעכטיגט צו שטופן דאס וואס איז פאר זיי א געווינס, אבער דא האבן עס די רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט גענומען עטוואס צו ווייט, אזוי אראפצורייסן אן אייגענער רעפאבליקאנער טראמפ געשטעלטער מאן, אזא איינער וואס איז באקאנט אלץ אן ארנטליכער מאן.

די קאנסערוואטיווע קאמאנטירער האבן געמאכט פיינע צימעס פון דעם, אז די דעמאקראטן האבן זיך פלוצלינג געשטעלט אויף די זייט פון דעם בלוט-רויטן מר ראזנשטיין, “ווען ס’איז גוט פאר זייער אגענדע נעמען זיי אראפ דעם גנב פון בוים”, האבן זיי געטריבן שפאס פון די דעמאקראטן אין קאנגרעס.

אויף די לינקע מידיע נעצן האט מען פלוצלינג געהערט שטארקע אויפרעגונג אויף די שטרענגע פראגעס וואס די רעפאבליקאנער האבן געשטעלט פאר ראזנשטיין.

בקיצור יעדער ציט די בענדל אויף זיין זייט.

איבערן שרייבער

מענדל אונגער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.