באלטימאר – פאליציי און פעדעראלע אויספארשער אין מערילאנד זאגן, אז אין די וואכן בעפאר’ן דורכפירן די שיסעריי אין דער קעפיטאל גאזעט צייטונג, האט דער שיסער געשיקט דריי סטראשע בריוון.
איינס פון די בריוון האט ער געשיקט צו א באלטימאר סיטי געריכט, א צווייטע צו א מערילאנד סטעיט אפעלאט געריכט, און די דריטע צו א פריוואטן לויער׳ס אפיס.
אין לעצטן בריוו, וואס ער האט געשיקט אינעם טאג פון די שיסעריי, שילדערט ער קאלטבלוטיג זיינע פלענער, און ער שרייבט אז זיין ציל איז צו דערמארדן יעדן איינציגן ארבעטער אין דעם קעפיטאל גאזעט צייטונג אפיס.