וויען – די עסטרייכישע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז זיי האבן אוועקגענומען דיפלאמאטישע סטאטוס פון אן איראנער רעגירונג איינגעשטעלטער, נאכדעם וואס יענער איז ארעסטירט געווארן אין דייטשלאנד, אין פארבינדונג מיט א געפלאנטער באמבארדירונג אטאקע וואס אייראפעאישע אויטאריטעטן האבן אויפגעדעקט, אז איראנער רעגירונג שלוחים האבן געהאט געפלאנט צו אטאקירן א זיצונג פון אן איראנער אפאזיציע גרופע אין פראנקרייך.
אלעס אינאיינעם זענען זעקס ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט דער געפלאנטער באמבארדירונג אטאקע – וואס ביי דער זיצונג וואו די אטאקע האט געזאלט פארקומען, האט זיך אויך באטייליגט טראמפ’ס לויער רודי זשוליאני און אנדערע אייראפעאישע און אראבישע פיגורן.