אידישע נייעס לאקאל און נאציאנאל פאליטישע נייעס און ארטיקלען

ריפאבליקאנער פארטיי פארדאמט אנטיסעמיטיזם

די הויכע באאמטע פון די רעפאבליקאנער פארטיי גייען זיך די סוף וואך צוזאמזעצן, און זוכן וועגן וויאזוי פטור צו ווערן פון עטליכע אנטיסעמיטן וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין זייער פארטיי.

די רעפאבליקאנער פארטיי ליידט פון א מאדנע אנשיקעניש אין די לעצטע שטיק צייט, נעמליך, צו אירע רייען האבן זיך אנגעקלעבט עטליכע אנטיסעמיטן און ראסיסטן וואס לויפן אויף פאזיציעס ארום דאס לאנד.

אזויפיל ווי פינף קאנדידאטן וואס האבן גאר א פארצווייפלטער פארגאנגענהייט, און א שטארק קאנטראווערסיאלער געדאנקן-גאנג, האבן זיך איינגעשריבן צו לויפן אויף פאזיציעס ארום דאס לאנד, אויפן זייט פון די רעפאבליקאנער.

איינער אזא ראסיסט און געבראטענער אנטיסעמיט איז ‘ארטור דזשאונס’, די רעפאבליקאנער פארטיי האט זיך שוין לאנג אפגעטרייסלט פון אים און שארף פארדאמט, אבער וויבאלד ס’איז נישט דא קיין קעגנער אין דער דיסטריקט וואו ער לויפט איז נאר זיין נאמען געבליבן אויף די שטים צעטלעך אין די אלגעמיינע וואלן.

דער ‘ארטור’ איז א שטארקער אנטיסעמיט מיטן גאנצן ברען, ער לייקנט דעם האלאקאוסט, ער פארפירט אז די אידן קאנטראלירן די וועלט און די מידיע, ער זאגט אז די צווייטע וועלט-מלחמה איז איבערגעטריבן געווארן דורך די אידן צו קענען שפילן קרבן, און אזוי ווייטער.

פריער אין יאר האט ארטור זיך געלאזט הערן ביי א ראלי, וואו ער האט געשריגן קעגן דאס אידישע פאלק: “די ווייסע מערהייט זענען שוין אנגעזעטיגט פון די אלע ליגנטס, אויסשפילונגען, מלחמה אנדרייער…”. דערנאך זאגט ער נאך עטליכע געמיינע אויסדריקן וואס קען בשום פנים נישט איבערגעזעצט ווערן אין א אידישער בלאג. און ער פירט אויס: “מיר גייען זיך מער נישט לאזן פון די דזשואיש פארטייאישע פאליטישע סיסטעם”.

ארטור איז שוין אין די פריע זיבעציגער יארן געווען אן אנטיסעמיט, און האט זיך שוין דאן באטייליגט ביי העצערישע ראליס קעגן אידן.

ער האט זיך געדרייט אין די נעא נאצישיע קארידארן אין אמעריקע, וואו ער האט זיך אנגעזאפט מיט א וויסטע פיינטשאפט קעגן אידן, און ער מאכט דערפון נישט קיין סוד.

ער איז אין די פארגאנגענהייט געווען דער פירער פון די ‘אמעריקאנע נאצישע פארטיי’, און האט געהאלטן רעדעס ביי נאצישע פארזאמלונגען.

אויף אן אינטערוויו וואס סי. ען. ען. האט אפגעהאלטן מיט דעם אנטיסעמיט, האבן זיי אים געפרעגט: “איר רופט זיך א נאצי?” אויף וואס ארטור רעאגירט: “איך רוף זיך נישט קיין נאצי, איך רוף זיך אן אמעריקאנער פאטריאט און שטאטסמאן”.

ארטור סאלעברירט היטלער ימ”ש’ס געבורטס-טאג מיטן זיך אנטון די נאצישע סימבאלן. אויף זיין וועב-זייטל האט ער ארטיקלען פיל מיט האס קעגן אידן, דארט שרייבט ער זיין גאנצע אידעאלאגיע פון דעם אז דער צווייטער וועלטס-קריג איז אן אויסטרעף, און אז אידן קאנטראלירן די וועלט.

אין אן אינטערוויו ווען דער רעפארטער האט אים געזאגט: “אייער וועב-זייטל איז פיל מיט העצערישע ווילדע רעטאריק, איך מיין אז דאס איז די ערגסטע וואס איך האב נאר געזען אין מיין לעבן”. ארטור, “איך קריג זיך מיט דיר, ס’איז נישט קיין ווילדע רעטאריק, ס’איז די אמת, ס’איז נישט דא עפעס אויף מיין וועב-זייטל וואס איז נישט אמת, איך האב פארזענליך אויסגעקליבן וואס ארויפצולייגן, און איך האב עס פארזענליך ארויפגעלייגט, ווייל דאס איז די אמת”. דערנאך גייט ארטור אריין אין א העצערישע מאָד, און הייבט אן צו שרייען אויף דעם רעפארטער: “איך קען דיר נישט העלפן אז דו קענסט נישט אננעמען די אמת, ענק אידן-מידיע גייען ווילד, ענק טראכטן אז אדאלף היטלער איז ארויפגעקומען פון דער ערד, ס’איז איין מענטש, ס’איז מיר אליין וואס שטייט פאר די אמת”.

שפעטער זאגט אים דער רעפארטער: “איר זענט בארעכטיגט צו אייערע קאנספיראציעס, אבער איר זענט נישט אין קאנטראל פון די פאקטן, דער פאקט איז אז זעקס מיליאן אידן זענען גע’הרג’עט געווארן דורכאויס דער צווייטער וועלט-מלחמה, אדאלף היטלער האט פארארדנט א גענעסייד, די אוישוויץ טויט-לאגער עקזיסטירט נאך, און ס’איז געווען א נירנבערג געריכט”.

בעת וואס ער זאגט דאס האקט ארטור איבער דעם רעפארטער און שרייט אריין: “נישט קיין קאנספיראציע טעאריעס, ס’איז די פאקט, אידן קאנטראלירן מער ווייניגער דאס לאנד, די קאנגרעס, די עקענאמיע, און די מידיע”.

אין איין ווארט, ער איז א וויסטער אנטיסעמיט פון אלע אספעקטן.

דערנאך איז געלאפן אין די קאליפארניע סענאט פריימערי פארמעסט, אן אנטיסעמיט מיטן נאמען ‘פעטריק ליטל’, ער איז פארנומען אזויווי ‘ארטור דזשאונס’ אראפצורייסן די אידן אלץ די וועלט-קאנטראלירער און סכנה פאר די מענטשהייט.

די רעפאבליקאנער פארטיי האט אים ארויסגעשטופט פון צו ווערן נאמינירט דורך זיי, און מ’האט אים נישט אריינגעלאזט צו די קאנווענשן אין קאליפארניע, זיי האבן זייער קלאר געמאכט פארן לאנד אז אזוינע קאנדידאטן האבן נישט קיין ארט אין ‘די פארטיי פון מאָראַל און מענטשהייט’.

איבערן שרייבער

מענדל אונגער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.