די נאטא קאנפארענץ וואס קומט פאר אין בריסל, האט זיך – ווי גערישט פון פאראויס – קאנצענטרירט מער מיט פארלאנגען און קריטיק פון דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ אויף די אליאירטע לענדער צו אמעריקע, ווי איידער דאס וואס איר ציל איז, וויאזוי זיך צו באהיטן פונעם רוסישן בער, און פונעם קאמוניסטישן אידיאלאגיע.
און עס איז נישט קיין וואונדער. פרעזידענט טראמפ האט שוין ביי זיין קאמפיין לויפנדיג פארן פרעזידענטליכן בענקל, געווארנט אז אויב וועט אמעריקע ווייטער זיין דער רייכער פעטער וואס האלט אויס אלע אייראפעאישע זיכערהייט אפטיילונגען אונטערן נאטא שירעם, וועט ער נישט טראכטן קיין צוויי, און זיך ארויסציען פון נאטא.
היינט ווייסט שוין יעדער אז וואס ער האט פארשפראכן איז ערנסט, טראמפ איז נישט דער טיפישער גוזר-ואינו-מקיים פאליטיקאנט, ער האט נישט קיין פראבלעם צו טון זאכן וואס ברענגט אויף אים צארן און אויפברויז פון די סאמע נאנטסטע פריינט, אין פאל ער האלט אז דאס איז ריכטיג צו טון.
און טאקע דערפאר איז די שטימונג אביסל אנגעצויגן, איבערהויפט נאכדעם וואס די אליאירטע לענדער זענען אוועק מיט א ביטערן טעם אין מויל ביים G7 סאמיט, וואו טראמפ האט זיי אריינגעשמיסן, און פון דארט געפארן גלייך אפצוגעבן כבוד מלכים און רעספעקט פארן דיקטאטור און איזאלירטער צפון קארעא פירער קים יאנג אן, ביי זייער היסטארישער סינגאפאר סאמיט.
שוין נעכטן האט פרעזידענט טראמפ געטוויט מיט א שארפע טאן “די פאראייניגטע שטאטן טוט אויסגעבן פיל מער פון אנדערע לענדער זיי צו באשיצן. דאס איז נישט אויסגעהאלטן פאר די אמעריקאנע שטייער צאלער”.
דער פירער פון די אייראפעאישע קאנסול דאנאלד טאסק, האט זיך געיאגט צו ענטפערן: “טייערע אמעריקע, טוט רעספעקטירן אייערע אליאירטע, נאך אלעם האט איר נישט צופיל אזעלכע”.
נאך איידער דער קאנפערענץ האט זיך אנגעהויבן האט שוין פרעזידענט טראמפ אראפגעריסן דייטשלאנד, אויף זייער גאז פייפליין וואס ציעט זיך פון רוסלאנד, זאגנדיג אז די דייטשן זענען געפאנגען אונטער מאסקעווע. ער האט אויך געזאגט אז עס איז נישט יושר’דיג דאס אז אמעריקע צאלט שווערע געלטער צו באשיצן אייראפע פון רוסלאנד, אין די צייט וואס די רייכסטע לאנד אין אייראפע – דייטשלאנד – קויפט איין גאר גרויסע קוואנטומ’ס מיט גאז פון רוסלאנד, און פילט אן אירע טאשן.
טראמפ האט אצינד פארלאנגט פון די נאטא אליאירטע פירער, אז זיי זאלן בעסער העכערן זייערע ביישטייערונגען צום קאסע פון נאטא, און אינוועסטירן אזויפיל ווי פיר גאנצע פראצענט פון זייער דזשי. די. פי. אקאנאמיע אין די זיכערהייט צוועקן וואס נאטא שטעלט צו, וויבאלד “אמעריקע שפענדעט עטליכע מאל מער זיי צו באשיצן”.
אין יארע 2014 האבן די נאטא אליאירטע נאכגעגעבן די פארלאנג פון פרעזידענט באראק אבאמא צו אינוועסטירן צוויי פראצענט פון די דזשי. די. פי. אקאנאמיע אין די מיליטער, אבער נישט אויף איין מאל, נאר צושטעלן צוביסלעך, און ביז צען יאר – דאס קומט אויס אין יאר 2024 – דארף יעדע לאנד אנקומען צו צוויי פראצענט. אבער מיט דעם אלעם טוען אסאך לענדער צושטעלן גאר ווייניג געלט פון די פארלאנגטע סומע.
דער נאטא סעקרעטאר גענעראל סטאלאענבערג האט רעאגירט צו טראמפ אז “צוערשט דארפן מיר אנקומען צו די צוויי פראצענט”. ער האט צוגעלייגט אז אכט פון די ניין און צוואנציג נאטא אליאירטע צאלן שוין צוויי פראצענט, און אנדערע לענדער שניידן אויס זייער בודזשעט און ארבעטן שווער אנצוקומען דערצו.
ווייסע הויז פרעסע סעקרעטערי סענדערס האט איבערגעגעבן פאר רעפארטער אין בריסל, אז טראמפ’ס רייד איז נישט געווען קיין אפיציעלער פארלאנג. “ער האט פארגעשלאגן אז לענדער זאלן נישט נאר אנקומען צו די באשטימטער סומע פון צוויי פראצענט, נאר טאקע דערגרייכן צו גאנצע פיר פראצענט”.
זי האט צוגעלייגט אז פרעזידענט טראמפ וויל זען ווי די נאטא אליאירטע טראגן א גלייכע טייל מיט די קאסטן פונקט ווי אמעריקע, אדער זאלן זיי כאטש באצאלן די סומעס וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען.
טראץ פרעזידענט טראמפ האט אזוי שארף פארלאנגט אז ער וויל א פיר פראצענטיגער ביישטייערונג פון אלע אליאירטע, ווייזן נאטא באאמטע אן אויפן פאקט אז די פאראייניגטע שטאטן זעלבסט גיבט נישט אויס אזויפיל פאר נאטא. לויט די שאצונגען, איז ערווארטעט אז אמעריקע זאל שפענדן אזויפיל ווי דריי אהאלב פראצענט אויף זייער זיכערהיייט אין יאר 2018, וואס איז ווייניגער פון וויפיל מ’האט געשפענדעט פאראיאר. אבער אין דייטשלאנד האט מען דאס יאר געהעכערט די זיכערהייט פראצענטן אין די בודזשעט.
טראמפ האט טאקע געהאט צו נאטא קריטיק, אבער דאך האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן אויפן פאראייניגטן סטעיטמענט פון די נאטא אליאירטע, וואס טוט באשטעטיגן די פליכט פון די פאראיין, און צווישן אנדערע פארדאמט עס די אנעקסירונג פון קריימיע דורך רוסלאנד, אז דאס ווערט נישט אנערקענט און וועט קיינמאל נישט אנערקענט ווערן”.
דאס קומט א וואך נאכדעם וואס טראמפ האט געזאגט פאר רעפארטער אויפן ‘עיר פארס וואן’, אז ער קלערט צו אנערקענען די אנעקסירונג פון קריימיע.