אידישע נייעס

אידן אין אינדיע ארויף אויף “מינאריטעט רעליגע ליסטע”

אין די דזשונדזשאראט געגנט פון מערב אינדיע, האט מען היינט באשטימט די אידישע געמיינדע אלס א מינאריטעט רעליגיעזע גרופע, און דערמיט ווערט עס צוגעלייגט צו פארשידענע אנדערע רעליגיעס – להבדיל – וואס האבן אזא סטאטוס.

די אידישע געמיינדע אין דזשונדזשאראט באשטייט פון 170 מיטגלידער, וואס דאס מערהייט פון זיי וואוינען אין שטאט אכמאדבאד, דארט געפינט זיך דער איינציגסטער שוהל אין געגנט, דער “מגן אברהם” שוהל.

ווי א באריכט אין “טיימס אוו אינדיע” שרייבט, איז דער באשלוס אריינצורעכענען די אידישע געמיינדע אין דעם קאטאגאריע געקומען לויטן פארלאנג פון די אידישע פירער פון דעם ארט צום לאקאלן גובערנאטאר.

מיט די פרישע סטאטוס וועלן די אידן באקומען פרישע גוטע בענעפיטן פון וואס מינאריטעט רעליגיעזע געמיינדעס קענען געניסן אין אינדיע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.