אידישע נייעס

מוסלעמענער אין טוניזיע פארשוועכן אידישע בית החיים מאכדיג דארט א גריל

א אידישער ביזנעסמאן מיטן נאמען אלי טראבלעסי, האט פארשפרייט בילדער וואס ער האט געכאפט אין די אידישע בית עלמין אין שטאט סוסא אין טוניזיע, וויאזוי מוסלעמענער זיצן צווישן די מציבות, און מאכן דארט א גריל, פארשעמענדיג די שוכני עפר.

עס איז באלד געווארן א טומל, און דער מעיאר פון סוסא  האט באלד געמאלדן אז מען וועט נעמען שריט, זאגנדיג אז די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג און מ’וועט געבן א פארדינטע שטראף פאר די פארשוינען וואס האבן געמאכט א גריל אין דעם בית החיים.

די פאליציי האט טאקע ארעסטירט זעקס פארשוינען אויף דעם קלאגע, אבער קיינער פון זיי איז פאקטיש נישט געזען געווארן אויף די פארשפרייטע בילדער.

נאכן אריינקוקן אין דעם אינצידענעט וואס האט געצויגן העדליינס, שטעלט זיך ארויס אז דער אידישער בית החיים אין סוסא איז ליידער געווארן א שטח הפקר, און מוסלעמענער מאכן דארט אפט פארשידענע בארביקיא’ס, און אנדערע פארשידנארטיגע חינגעס.

 היינט צוטאג’ס וואוינען בלויז עטליכע אידישע משפחות אין סוסא, וואס זענען רעשטעלעך און איבערבלייבענישן פון א גרויסער אידישער קהלה, וואס איז באשטאנען פון זעקס טויזענט נפשות, ווי עס איז אפגעציילט געווארן אין יאר 1956 למספרם, ווען טוניזיע האט באקומען זעלבסטשטענדיגקייט.

אין יענע צייטן איז פאקטיש געווען איבערן גאנצן לאנד אזויפיל ווי הונדערט טויזענט אידן, אבער היינט איז נישטא איבער גאנץ טוניזיע מער ווי ארום צוויי טויזענט, וואס וואוינען בעיקר אין די דרום אינזל דזשערבא, און ארום די הויפטשטאט טוניס.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.