ווי שוין באריכטעט נעכטן, האט דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני געסטראשעט פרעזידענט טראמפ מיט “די מאמע פון אלע מלחמות”, נאכן שפירן די סאנקציעס אין די אייגענע ביינער, און באשולדיגן אז אמעריקע טוט אויפהעצן די איראנער באפעלקערונג קעגן די אייאטאלישער רעזשים.
“מיסטער פרעזידענט” האט רוכאני געדראעט. “שפיל נישט ארום מיט דעם לייב’ס וויידל, ווייל דו וועסט ביטערליך חרטה האבן”.
פרעזידענט טראמפ האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון זיינע סטראשונקעס, פארקערט – דאס גיבט אים די גרינע ליכט פארצושטעלן ווייטער זיין אגענדע, אז אמעריקע איז גענוג שטארק צו טיילן שלעק, און לאזט זיך מער נישט טרעטן אזויווי ביז ווען ער האט זיך באזעצט אין וואשינגטאן.
אין א טוויט האט פרעזידענט טראמפ געשריבן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות א שטרענגע ווארענונג צו רוכאני, זאגנדיג אז “זאלסט זיך נישט מער קיינמאל דערוואגן צו סטראשען די פאראייניגטע שטאטן. אויב וועסטו נאכאמאל סטראשען אמעריקע, וועסטו ליידן פון קאנסעקווענצן וואס איז נאכנישט געווען אין היסטאריע. די פאראייניגטע שטאטן וועט מער נישט דולדן דיינע נארישע סטראשונקעס פון געוואלדטאטן און טויט גיב דיר אכטונג!”