די עף. בי. איי. אגענטור האט נעכטן פארעפנטליכט דאקומענטן ווי עס ווערט אויפגעדעקט אז זיי האבן נאכגעקוקט קארטער פעידזש, א געוועזענער ראטגעבער אין די טראמפ וואל קאמפיין, און עס זענען דא ערנסטע פארדאכטן אז ער האט געהאט פארבינדונגען מיט די רוסישע רעגירונג, וויאזוי צו באאיינפלוסן די אמעריקאנע 2016 וואלן, אז טראמפ זאל ארויסקומען אלס געווינער צום אמעריקאנעם פרעזידענטשאפט.
אין די 214 זייטיגער באריכט וואס איז ערשינען – דאס מערהייט פון זיי גאר צענזורירט – זעט מען אז מען האט אריינגעגעבן א פארלאנג אין די עף. בי. איי. צו פארשן קארטער פעידזש, אלס א טייל פון די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג. “די עף. בי. איי. גלייבט אז פעידזש האט געהאט פארבינדונגען און מיטגעארבעט מיט די רוסן” ליינט זיך דער פארלאנג.
די דאקומענטן ווייזן אז די פארדאכטן זענען ארויפגעקומען אז פעידזש ארבעט מיט די רוסן, נישט בלויז דורכאויס דעם קאמפיין, נאר אפילו נאכדעם וואס טראמפ האט שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אינעם אוועל אפיס. קארטער פעידזש האט אפגעווארפן אלע באשולדיגונגען, זאגנדיג אז ער האט גארנישט געהאט מיט רוסלאנד, און ווי מ’שטייט אצינד, איז ער דערווייל נישט אנגעקלאגט געווארן אויפן גרונד פון די פארדאכטן.
נעכטן האט די ניו יארק טיימס באריכטעט אז זיי האבן ערהאלטן א קאפיע פון א דאקומענט געשריבן ביי די יוסטיץ דעפארטמענט, וואו עס ווערט ארומגערעדט איבער נאכקוקן קארטער פעידזש, און זיינע פארבינדונגען מיט די רוסן. אין די דאקומענט שטייט אז “די עף. בי. איי. גלייבט אז די רוסישע אינטערווענץ זענען ממש געווען געאייגנט פאר פעידזש, און אפשר זענען געווען נאך טראמפ קאמפיין איינגעשטעלטע וואס האבן דאס געטון”.