וויפיל מען האט געהאפט אז דאסמאל איז צפון קארעא ענדליך גרייט צו טוישן איר צוגאנג, און דענוקלעאריזירן זייער וואפן ארסענאלן, זעט זיך דערווייל אויס מער און מער וויאזוי קים יאנג אן טרייבט שפאס פון פרעזידענט טראמפ, און האלט נישט ערנסט ביים טוישן סיי וואס.
טראצדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט ביז היינט אז ער איז זייער צופרידן איבער די אויסגאנג פון די געשפרעכן מיט צפון קארעא, האט ער ווארשיינליך אויך אנגעהויבן צו אנערקענען אז זאכן פארן נישט אזוי געשמירט ווי עס האט אויסגעזען פון פריער, און ער האט אנגעהויבן צו פארלירן געדולד צו די שפילערייען פונעם צפון קארעא דיקטאטור.
לויט א באריכט אין די וואשינגטאן פאסט, פארלאנגט פרעזידענט טראמפ פון זיין שטאב א טעגליכער רעפארט איבער די געשפרעכן מיט פיאנגיענג, און אצינד האט ער באשלאסן צו גיין מיט א טריט ווייטער, און נעמען פרישע שריט אז די נוקלעארע וואפן פון צפון זאלן קומען צו פארניכטונג.
זיין פרוסטרירונג וואקסט מיט יעדן פארבייגייענדער טאג, איבערהויפט נאכדעם וואס צפון קארעא באאמטע האבן אפגערופן א זיצונג מיט אמעריקאנע באאמטע, און האבן נישט געהעריג קאמיוניקירט און רעאגירט צו די אמעריקאנע ליניעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן. אויב איז דאס אלעס נישט גענוג, האט מען באמערקט ווי פיאנגיענג האט גאר אנגעהויבן אויסצוברייטערן פארשידענע נוקלעארע איינריכטונגען אין געהיים, א זאך וואס האט גאר שטארק אויפגעברויזט פרעזידענט טראמפ.
די וואשינגטאן פאסט באריכט איז באזירט אויף די ווערטער פון ווייסע הויז באאמטע, וואס לויט זיי איז טראמפ זייער שטארק אויפגעברויזט אויף קים יאנג אן און אויף זיין רעזשים, נאכדעם וואס ער זעלבסט האט באצייכנט דעם סאמיט אין סינגאפאר צווישן אים און קים יאנג אן אלס א היסטארישער סוקסעס, און דערקלערט מיט דראמא אז עס איז געקומען אן ענדע צו די נוקלעארער געפאר.
פרעזידענט טראמפ האט טאקע אנגעהויבן צו ווערן שארפער אנבאלאנגט די צפון קארעא אנטוויקלונגען, און געווארנט אז לענדער דארפן ווייטער אנהאלטן אלע סאנקציעס קעגן צפון קארעא מיט די פולסטע שארפקייט, און ער האט אפעלירט צו רוסלאנד און כינע אז זיי זאלן נישט ווייכער ווערן צו צפון, ווילאנג מ’הייבט נישט אן צו זען א טויש צום גוטן אין צפון קארעא, אנבאלאנגט די נוקלעארע געפאר.