טעקסאס. – א 65 יעריגער הארץ דאקטער מיטן נאמען מארק האוסקענכט, איז דעם פרייטאג געפארן אויף זיין מאטארביציקל צום ארבעט פונקט ווי יעדן טאג אין יוסטאן; טעקסאס, צום געגנט וואו עס איז פארהאנען גאר אסאך שפיטעלער און אקאדעמיעס פאר געזונטהייט און דאקטאריי.
פלוצים איז פארבייגעפארן נעבן אים א פארשוין – אנגעטון אין א גרויע דזשאקעט, א בעיסבאל היטל אויף זיין קאפ, און א כאקי קאלירטער קורצע הויזן – אויף א מאטארביציקל, און געשאסן אויף דעם דאקטער צוויי קוילן.
עס איז באלד אנטשטאנען א טומל, און דערווייל איז דער שיסער אנטרינען פון געגנט, זיך אויסמישנדיג מיט די פארבייגייענדע מענטשן און פילע מאטארביציקליסטן וואס האבן זיך דארט געדרייט, אין די פארנומענע צופרי שטונדן.
אויפן ארט איז דער דאקטער אראפגעפאלן פון זיין מאטארביציקל, און איז אריינגעפירט געווארן אין איילעניש אין שפיטאל, וואו די דאקטורים האבן נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן, אז ער איז אומגעקומען אין רעזולטאט פון די שיסעריי.
דאקטער מארק האוסקענכט איז געווען דער הארץ דאקטער פון געוועזענעם פרעדיזענט דזשארדזש בוש אום פעברואר 2000 למספרם, נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געהאט אומגעווענליכע הארץ פראבלעמען באזוכנדיג אין פלארידע.
נאך א סוקסעספולער אפאראציע, האבן דער פרעזידענט מיטן דאקטער אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם, וואו איינער האט אויסגעלויבט דעם צווייטן.
דער מערדער איז דערווייל נאכנישט געכאפט געווארן, און זיינע מאטיוון זענען נישט קלאר.
געוועזענער פרעזידענט בוש האט געשיקט זיינע טרייסט וואונטשן פאר די האוסקענכט פאמיליע, שרייבנדיג אז “מארק איז געווען א וואונדערבארער דאקטער און א פיינער מענטש. איך וועל אייביג דאנקבאר זיין פאר די ווארימע פארבינדונגען וואס מיר האבן געהאט, און די אויסטערלישע געטריישאפט וואס ער האט געהאט צו מיר.