ווי עס שיינט טוען די אמעריקאנער סאנקציעס אויף איראן האבן גאנץ א שטארקער אפעקט, מען דארף נישט מער ווי זען דען ווי דער איראנער פירער כאסאן רוכאני טוט סטראשען און שימפן אויף דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ, צו פארשטיין אז די מצב ביי אים איז גאר ביטער.
די סאנקציעס האט שוין פריער אין מאנאט געברענגט ווילדע פראטעסטן און סטראשונקעס פון ביידע זייטן, נאכדעם וואס גאר אסאך איראנער בירגער האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי קעגן דעם אייאטאלישן רעזשים אין איראן, וואס אונטערדרוקט די מאסן מיט א געפערליכער ברוטאליטעט.
היינט האט דער איראנער פרעדיזענט כאסאן רוכאני געגעבן אן אינטערוויו פאר די “איסנא” נייעס אגענטור, וואו ער האט געשיקט שארפע מעסעדזשעס פאר דעם אמעריקאנער פרעזידענט. רוכאני האט געווארנט איבער דעם וואס אמעריקע פלאנירט צו פארשארפערן די סאנקציעס קעגן איראן.
“מיסטער פרעזידענט” האט רוכאני געדראעט. “שפיל נישט ארום מיט דעם לייב’ס וויידל, ווייל דו וועסט ביטערליך חרטה האבן”.
ער האט אינמיטן די אינטערוויו אויך געזאגט אז “אמעריקע דארף וויסן, אז א שלום אפמאך צווישן אונז וועט זיין ווי אלע שלום אפמאכן, אבער א קריג מיט איראן וועט זיין א פאטאלער טעות, דאס וועט זיין די ‘מאמע פון אלע מלחמות’.” האט רוכאני געסטראשעט, אז עס קומט עפעס ווער ווייסט וואס, אין פאל אמעריקע הייבט אן א קריג דירעקט מיט איראן.
דאס קומט א טאג נאכדעם וואס דער איראנער גייסטליכער פירער אייאטאללא כומעני האט קלארגעשטעלט, אז סיי וועלכע סארט האנדלונג מיט די פאראייניגטע שטאטן איז א קלארע טעות. לויט כומעני קען מען נישט געטרויען אמעריקע מיט קיין איינציג ווארט, און ער האט געווארנט אז מ’וועט נישט ארומשפילן מיט אים, איבערהויפט ווען עס קומט צו לייגן סאנקציעס אויף די אויל און גאזעלין, פון וואס עס באשטייט א גרויס טייל פון די איראנע אקענאמיע.
ער האט ווידערהאלט זיין דראאונג אין א זיצונג מיט הויכראנקיגע אויסערן מיניסטארן, דיפלאמאטן און אמבאסאדארן, אז ער וועט בלאקירן סיי וועלכע נעפט טראנספארט אינעם מיטל מזרח, אין פאל איראן וועט נישט קענען פארקויפן זייער נעפט. “קיין איין לאנד וועט נישט קענען עקספארטירן נעפט אין געגנט, אויב פאר אונז איז דאס פארבאטן”.