א פייער האט אויסגעבראכן אין די גרעסטע אידישע געשעפט אין לאנדאן אין די געגנט פון גאלדערס גרין.

ווען די פייער לעשער זענען אנגעקומען צו די סצענע זענען נאך 5 מענטשן געווען געשטראנדעט אין די געביידע, צווישן זיי עטליכע קליינע קינדער.

די פייערלעשער האבן געדארפט נוצן ספעציעלע געצייג דורכצושניידן די געשעפט’ס שאטטער (shutters) הצלה פון גאלדערס גרין געגנט איז אויך געקומען צו הילף אריין צו פירן די פארוואונדערטע.

מען האט אריינגעפירט 15 מענטשן אין שפיטאל, קיינער נישט מיט ערנסטע וואונדן.

די פייער האט זיך אנגעהויבן 7:30 אינדערפרי און 70 פייער-פייטערס זענען געקומען ארויסהעלפן מיטן פייער.

די פייער האט זיך אנגעהויבן אין די געשעפט וואס געפונט זיך אין די אונטערשטע שטאק, און אויבן העכער די געשעפט איז דא אפאר דירות, וואס פון דארט האט מען ארויס געראטעוועט די מענטשן, ווי אויך איז דארט די אפיס פון די געשעפט.

די געשעפט ווערט געפירט דורך די באוואוסטע סאטמארע משפחה משפ׳ לאנגבערג וואס האבן געגרינדעט דעם געשעפט, און פירן דאס שוין אהן צענדליגע יארן.

גאר אסאך חסד איז שוין ארויס דורך די געשעפט אייגנטומער, וועלכע זענען בארימט מיט זייערע מצות ומעשים טובים.

מיט די צייט האט זיך עס פארברייטערט צו צוויי גרויסע לאקאלן אין די געגנט פון גאלדערס גרין, יעצט בעת מיר שרייבן דא די שורות זענען נאך די פייערלעשער פארנומען צו באקעמפן די פלאמען.

די קידוש השם איז געווען גרויס ווען אידן האבן געברענגט פיצא, און געטראנקען פאר די פייערלעשער זיי ארויס צו ווייזן הכרות הטוב פאר זייער געוואלדיגע ארבעט.

איבערן שרייבער

אברהם פיינער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.