וואשינגטאן – דער לאנגיעריגער רעפובליקאנער אריזאנע סענאטאר, דזשאן מעקעין, איז נעכטן געשטארבן אין עלטער פון 81 יאר, נאך עטליכע מאנאטן פון קעמפן קעגן דער ביטערער מחלה אין מח, און עטליכע טעג נאכ’ן מעלדן אז ער וועט מער נישט אקצעפטירן באהאנדלונג פאר די קרענק.
סענאטאר מעקעין האט געדינט אלס סענאטאר פאר 32 יאר, ווערנדיג ערוועלט צום ערשטן מאל צום סענאט אין יאר 986′. זיין ערוויילונג צום סענאט האט נאכגעפאלגט לאנגע יארן פון דינסט אין דעם אמעריקאנער מיליטער, אריינגערעכנט ווען ער איז געווארן פארכאפט אין וויעטנאם.
מעקעין’ס פליגער איז אראפגעשאסן געווארן העכער וויעטנאם ביי א מיסיע אין יאר 967′, און די קאמוניסטישע וויעטנאמעזער האבן אים געכאפט לעבעדיגערהייט, ארעסטירט, אים געהאלטן פאר 5 און אהאלב יאר און אים געגעבן אויסצושטיין שרעקליכע פייניגונגען, ביז ער איז באפרייט געווארן.
נאכ’ן צוריקקומען פון וויעטנאם איז ער אויפגענומען געווארן אין אמעריקע אלס א העלדישער פיגור, און דאס האט אים געהאלפן גרינג זיך ארויפצורוקן אויפ’ן פאליטישן לייטער. אויסער’ן דינען אינעם סענאט, איז ער געלאפן צוויי מאל פאר פרעזידענט, אין יאר 00′ פארלירנדיג די רעפובליקאנער פריימערי, און אין 08′ קעגן אבאמא.
די לעצטע פאר חדשים איז ער געווען אינגאנצן אפוועזנד פון וואשינגטאן, זיך געפינענדיג אין זיין היימסטעיט פאר באהאנדלונג פאר דער מחלה. זיין לעצטע מערסט-געדענקטע מאמענט אינעם סענאט, איז געווען פארלאפענעם יולי, ווען ער האט געצייגט מיט’ן פינגער אראפ און בטל געמאכט א רעפובליקאנער פלאן אפצושאפן אבאמאקעיר.
נעכטן ווען די נייעס פון זיין טויט איז אנגעקומען, האט מען געהערט סטעיטמענטס פון טרויער און טרייסט פון פאליטישאנס פון ביידע פארטייען, אנגעהויבן פון פרעזידענט טראמפ, פרעזידענט אבאמא, פרעזידענט בוש, און געענדיגט ביי דער קלינטאן פאמיליע – וועלכע האבן אלע ארויסגעברענגט וואספארא וויכטיגער פיגור ער איז געווען.
אן העלדישער היפאקריט!
פאריגן זונטאג איז געווען געמאלדן אין אלע צייטונגע, און אין אלע מידיא ארגאניזאציעס. אז סענאטאר דשאן מעקעין פון אריזאנע איז געשטארבן, יעדער שרייבער’ל און קאמענטאטאר, האט פרובירט צו איבערשטייגן זיין קאנקורענץ מיט לויב אויפן פארשטארבענעם סענאטאר, מיט פארשידענע מעלות, ער איז געווען אומ’פארטיי’איש, וכו’, אבער בעיקר האט מען אים אויסגעלויבט מיטן טיטל “העלד .”דהיינו, ער איז געווען געפאנגען אין וויעטנאם פאר פינעף יאר, און ער האט געהאט א געלעגנהייט צו ארויסגיין פריער, טאמער ער וואלט זיך צוגעשטעלט צו זייער פראפעגאנדע קעגן די פאראייניגטע שטאטן,
ביז דא איז דא איז די געשיכטע, דא הייבט זיך אבער אן די פרשה…
וויפל אמעריקאנער סאלדאטן האט מען געפאנגען אין וויעטנאם, און וויפל זענען געזעצן מער צייט ווי אים, אזוי אויך וויפל נאך האבן געהאט פארשידענע געלעגנהייטן צו פאראטען אמעריקע, און דורך דעם ארויסגיין פריער פון געפענגעניש, וואס האט מען זיך דווקא אפגעשטעלט ביי דשאן מעקעין?!, פעלט דען וויעטנאם וועטעראנען וואס זענען אויך ” העלדן”, און דאך הערט מען נישט קיין פיפס פון די מדיא,
די ענפער איז זייער פשוט, דשאן מעקעין איז שוין אין פאליטיק, זייט 82′, ווען ער איז ערוועלט געווארן פאר א קאנגרעס זיץ, און אין 86′ פארן סענאט זיץ, וואס ער האט דערפאלגרייך אנגעהאלטן ביז זיין טויט, און פון פאליטיקאנטן רעדט מען, צו לטוב אדער לרע.
אההא. הייסט עס אז דאס וואס מען באזינגט אים איז וועגן פאליטישע סיבות, אקעי לאמיר זיך נעמען צו זיין פאליטישע קאריערע…
ס’איז נישט דא קיין קיין איין סענאטאר אין אמעריקע וואס האט אריינגעפירט אמעריקע אין אזויפיל מלחמות, ווי דשאן מעקעין.
סאיז נישט געווען קיין מלחמה, וואס ער האט נישט געגליכן, און ס’איז נישט געווען קין רעבעלן גרופע וואס ער האט נישט געשטיצט. לאמיר אנהייבן מיט איראק, ער איז געווען פון די שטערקסטע שטיצער’ס פון די איראק’ער מלחמה. דריי איבער איראק; האט דשאן מעקעין געשריגן, און דערנאך ווען ער האט געזעהן וואס עס האט זיך אויסגעלאזט מיט איראק, אז על קאעידא האט זיך באקוועם געמאכט דארט, האט ער זיך גענומען צו סיריע, ביי די אראבישע פרילינג, ווען סירישע חברה האבן זיך גענומען איבערדרייען די שטאט, און באשאר על אסאד, האט געענפערט מיט די אראבישע שפראך, האט דשאן מעקעין געהאלטן א פייערדיגע רעדע בעד די רעבעלן, אז אסאד איז א רשע, א פשוט’ער אכזר, וויבאלד ער ער מאכט סדר ביי זיך אין לאנד,
צו דען אין אמעריקע וואלט אנדערש געווען, ביי די פראטעסטן פון די שווארצע באפעלקערונג, איז דא עפעס מער מענטשליכקייט, ווי ס’איז דעמאלטס געווען אין סיריע?, וואלט דען איין לאנד אין די וועלט געענפערט אנדערש, ווען ס’וואלט פארגעקומען אזעלכע פראטעסטן, אבער דשאן מעקעין האט שוין גע’דרש’נט אז אמעריקע דארף העלפן די רעבעלן, און ווען די רעבעלן האבן געזעהן אז זיי האבן די שטיצע פון אמעריקע, זענען זיי נאכמער ווילד געווארן.
איבער א מיליאן ציווילע זענען שוין גע’הרג’עט געווארן אין איראק און אין סיריע, און דשאן מעקעין האט א גרויסן חלק דערפון, ווייל וויבאלד ער האט עס געשטיצט, און ער איז דאך דער ‘העלד’, האבן עס נאך סענאטארן געשטיצט, און וויבאלד אמעריקע איז דאן געווען אין די גיסטע פון אראפווארפן דיקטאטור’ן (וואס היינט פארשטייט יעדער אז ס’איז א גרויסע פעלער געווען, און טאקע ליביע יוכיח, פארן אראפווארפן קאדאפי, איז ליביע געווען א מוסלעמענער סעקולערע לאנד, און ווי אזוי קוקט עס היינט אויס?, א יאר פארן ליקווידירן קאדאפי, האט ער געגעבן א רעדע צו די מערב וועלט, אז אויב ווארפט מען אים אראפ פון בענקל, דאן וועט יוראפ פארפלייצט ווערן מיט פליטים, און יעצט אויסער וויינען קען מען גארנישט טוהן) האט אמעריקע מחליט געווען אז מען דארף אראפווארפן קאדאפי פון בענקל, און דשאן מעקעין איז געווען א גרויסער שטיצער דערפון, און ווי אזוי זעהט היינט אויס ליביע?, און ווי אזוי זעהט היינט אויס יוראפ, פול מיט אראבישע פליטים, און אז אן איד קען היינט נישט גיין מיט א קאפל בפרהסיה אין דייטשלאנד, האט אויך דשאן מעקעין א גרויסע חלק דערינען, אזוי אויך האט מעקעין געשטיצט די מלחמה אין תימן, נאר פאריגע וואך איז געווען באריכטעט וועגן א מאסן מארד וואס סעודי אראביע האט דורך געפירט, אויף ציווילע און בעיקר קינדער, מיט אמעריקאנער וואפן, דשאן מעקעין האט יעדע מלחמה געשטיצט.
בקיצור ווי מיר האבן פריער ארויסגעברענגט, רעדט מען פון דשאן מעקעין, נאר וועגן ער איז געווען אין פאליטיק, ווייל העלדן איז דא גענוג אין אין אמעריקע און מ’רעדט ניטאמאל פון זיי (אויסער ווען טראמפ אטאקירט א מלחמה העלד, אזוי ווי ס’איז געווען אין 2016 נאך די דעמאקראטישע קאנווענשען, דאן האט אויך יעדער איינער געשריגן מיטן זעלבן פזמון, ער איז דאך אן העלד…)
און לגבי זיין היפאקריטיע. ער האט קאמפיינט אין’10, ווען ער האט געהאט א פריימערי, אז ער וועט שטיצן א ביל וואס זאל מער אכטונג געבן אויף די גרעניצן, אבער דריי יאר שפעטער אין 13′, איז ער איינגעגאנגען אויף א דועל מיט די דעמקראטן וועגן אימיגראציע רעפארם, וואס האט נאך מער געעפנט די גרעניצן.
און אין 10′, און אויך אויך אין 2016, ווען ער האט געהאט א פריימערי, האט ער העפטיג קאמפיינט וועגן צוריקדרייען אבאמאקעיר, און ווען דער מאמענט פון ריפילן איז אנגעקומען, פארלאפענעם דעצעמבער 1:00 אזייגער ביינאכט, איז ער אריינגעקומען אין סענאט, און נאך נאך די ”אומ’פארטיי’אישע” אפלאדיסטן, האט ער געשטימט מיטן פונגער אראפ, און אפילו לאמיר זאגן אז מען האט עס נישט געדארפט צוריק-דרייען, אבער וויבאלד דו האסט צוויי מאל קאמפיינט דערקעגן, און ווען ס’קומט אן דער מאמענט שטימסטו דערקעגן, ביסטו אן היפאקריט, אן ליגנער, פונקט ווי (כמעט…) יעדער פאליטיקאנט.
איינע פון די זאכן וואס מען לויבט אים אויס איז, אז ער איז געווען אן אויבער חכם, אן אינדיפענדענט, דהיינו אומ’פארטיי’איש, איז דען דען דאס זאך וואס די נאציאנאלע מידיא האט ליב?, דשעיי ליבערמאן דער אידישער סענאטאר פון קאנעקטיקוט איז אויך געווען אן אינדיפענדענט, די דעמאקראטן האבן ארויסגעשטופט פונעם פארטיי אין 2006, דאן איז ער געלאפן אלס אינדיפענדענט, און ער האט געווינען, און ער האט אינדארסירט מעקעין קעגן אבאמא, אלס פרעזידענט אין 08′, אזוי אויך האט ער געשטימט קעגן אבאמאקעיר, פארוואס לויבט מען אים נישט אויס אלס אומ’פארטיי’איש אזוי ווי מעקעין, און רעדט זיך נישט איין אז לאחר מאה ועשרים (ליבערמאן איז אן ארטאדאקסישער איד) וועט מען אים אויסלויבן אלס אינדיפענדענט.
ווייל… אינדיפענדענט איז נאר גוט ווען ס’איז קעגן די רעפובליקאנער פארטיי, אזוי ווי מעקעין איז געווען, משא”כ ליבערמאן וואס איז געקומען פון די דעמאקרטישע פארטיי.
און לאמיר נישט פארגעסן ווען אין 08′ ווען מעקעין איז געלאפן קעגן אבאמא, האט אבאמא געהאט דאן אן עד, אז מעקעין האט אמאל געזאגט אז ער קען נישט שיקן קיין אימעיל’ס, וויבאלד ער קען נישט אויפהייבן זיין האנט ביזן טיש, אלס נאכווייען פון זיינע געפענגעניש יארן אין וויעטנאם, און אבאמא’ס קאמפיין האט חוזק געמאכט פון אים אז ער איז אן אלטער נאר, מעקעין איז דעמאלטס געווען אין די זיבעציג’ערס, און אבאמא איז געווען דאן אין די פערציג’ערס. דאן האט די מידיא נישט געשריגן אז מען מאכט חוזק פון א העלד.
און דער זעלבער אבאמא האט זונטאג ארויסגעלייגט א זיסן סטעיטמענט אז טראץ די דיפרענצן צווישן אונז, נאך אלס איז אונזערע באציאונגען געווען זייער רעספעקטפול… קאמענטארן זענען איבריג.
אבאמא’ס היפאקריטיע איז נישט קיין נייע זאך, ווען ער האט קאמפיינט פאר פרוי קלינטאן אין 16′ האט ער דאן געזאגט אז ער וויל אז הילערי זאל געווינען, ווייל ער וויל אז פרויען זאל אויך האבן א חלק אינעם פאליטישן שפיל, און אז מרס קלינטאן זאל זיין די ערשטע פרוי אלס פרעזידענט.
דו שוטה, דו ווילסט דאך אז ס’זאל זיין א פרוי אלס פרעזידענט, איז פארוואס האסטו איהר צוגענומען די נאמינאציע אין 08′, היפאקריטיע מיטן פולסטן אפטייטש
צוריק צו מעקעין. לאמיר נישט פארגעסן אז דער זעלבער דשאן מעקעין האט געשיקט זיינ’ס א פארשטייער קיין ענגלאנד צו דער בריטישער שפיאן קריסטאפער סטיל וואס האט צוזאמגעשטעלט די דאסיער, צו באקומען א בריעפינג,
ער האט דאך זיך שטארק געזארגט וועגן די רוסישע קאלוזשן…, איין מינוט, די דאסיער איז דאך געספאנסערט געווארן דורך קלינטאן’ס קאמפיין, און אזוי אויך ווי גייט ער אריינמישן א פרעמדער אין די אמעריקאנער וואלן, בריטישע קאלוזשן, איז יא אויסגעהאלטן לויטן געזעץ. די דאקומענט איז געווארן צוזאמגעשטעלט פון רוסישע קוועלער, פלוצלינג איז רוסישע קאלוזשן יא ערלויבט?
נישט קיין וואונדער אז פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשיקט אזא קאלטן מעסעדש,
וואס איז דען זיין ייחוס?, אן העלד? אמעריקע איז געבענטש מיט העלדן, א פאליטישן? יא, א פארדארבענער קארופטירטער פאליטישן
בקיצור ער איז א געהעריגער פאליטיקאנט…
און איך האף מיין פריינט אז איהר פארשטייט וועגן וואס, נישט אלע זענען געווארן אנגעשטעקט מיטן ‘העלד’ פיבער.
אן אטאקע אויף די מידיע
דעי גאנצע באמערקונג איז מער ווייניגער א אטאקע און אנאליז און א איבערווייז אויף די היפאקריטיעי פון די מידיע
און אינאיינוועגס אטאקע אויף אבאמא און הילערי וועגן זייערע אייגענע קאמפעינס
וואס דאס איז א חלק פון די היינטיגע רעפאבליקאנע / טראמפ מהלך צו אטאקירן די מידיע ווי אימער
אבער בנוגע מקעין אלץ א פארטערעטער פון די ריפאבליקאנער וואס איז די טענה אז ער האט געשטיצט מלחמות? ריפאבליקענע זענען פאר מלחמות
ווי קען מען פארגעסן טעד קרוזס מהלך פון קארפעט באמען,
ער שרייבט
דשאן מעקעין האט א גרויסן חלק דערפון, ווייל וויבאלד ער האט עס געשטיצט, און ער איז דאך דער ‘העלד’, האבן עס נאך סענאטארן געשטיצט,
אינטערסאנט אז ביי העלטה קעיר האבן נישט נאך סענעטארן נאכגעטוען מקעין,
זיי האבן עס געשטיצט נאר פשוט ווייל ריפאבליקאנע זענען פאר מלחמות,
דער שרייבער וויינט אויף די ציווילע וואס זענען געשטארבן און באשולדיגט מקעין ווי איידער בוש פאר איראק, אדער אבאמא פארן נישט נעמען סיריע ליביע און די הענט אריין,
און אז מקעין האט געהאט א שיטה פון קאמפערמייזן צו ביי אימעגרעשאן צו ביי העלטה קעיר
אדער אז מקעין האט געהאלטן אז די העלטה קעיר ביל איז נישט גוט, ווערט מען נאכנישט אויס העלד און א היפאקריט
און צום לעצט וועגן די דאסיער
וואס איז די פראבלעים לגבי מעקעין אז קלינטאן האט געצאלט דערפאר? אויב איז אמת געוויסע חלקים אדער מאיז חושד אז סקען זיין אמת געוויסע חלקים פונעם דאסיער איז נישט רעכט אראפצושיקן א פארשטיייער צו באקומען א בריפינג און א קלארערע בילד וואס דא גייט פאר ??
און פארוואס זאל דאס הייסן קאלוזשאן אז א בריטישע ספיי איז געווען דער וואס האט צוגעשטעלט די אימפארמאציע?? האלטן מיר נישט אינאיין אויסטוישן ענליכע אינפארמאציע מיט אנדערע לענדער?? צו וויסן צו סאיז דא אנדערע לענדער וואס ווילן שעדיגן אמעריקע אויף סיי וועלכע אופן ?
צום אויספיר
יא מקעין איז א הירא ווייל ער האט זיך געהאלטן 5 יאר אונטער שווערע אומשטענדען
צו יעדער איינער עגריעט מיט זיינע פוליטיק און מיט זיין מהלך וואס מדארף קאמפערמייזן איבער וואס, ניין
אבער אויס הירא ווערט מען נישט ווען די מידיע און אבאמא זענען היפאקריטס,
און אויס הירא ווערט מען נישט ווען מאיז גרייט עפעס צו קאמפערמייזן אפילו סאיז נישט יעצט די סטייל און וואשינגטאן צו קאמפערמייזן,
Great point and very clear… Very good and very nice…… Thank you!
מיינע צוויי סענט איבער דשאן מעקעין
—
ער איז געווען א קאנטערוועסיאלע פיגור דאס איז כו”ע מודי. אבער לענ”ד איז ער געווען א מענטש וואס זיין עיקר חסרון איז געווען זיין תמימות. ער איז דייקא נישט געווען קיין אויבער חכם. איך וואלט ענדערש קאנסידערט רענד פאול פאר אן אויבערחכם, כאטש ביי אים קומט דאס אויך פון שטארקע גרונד פרינציפען. און א שטארקע ליבעטעריעניזם וואס איז אייגענטליך די אמאליגע רעפובליקאנע פארטיי אידילאגיע אבער ער וועט אויך מאכן קאפוויי סתם אזוי. ווי למשל ביי ברעט קעווענאו וואס ער האט ליעב די אטענציע און זיך וואקלען. און אזוי אויך איבער רוסלאנד ווי ער וועט זאגן א פאקט וואס איס גראדע אמת אז אמעריקע טוט די זעלבע ווי רוסלאנד וכו’ וכו’
ווידעראום מעקעין וואס איז על פי רוב יא געווען דא צו שטיין אין שטיצע פון די פארטיי.קודם כל די עצם פאקט אז ער איז געבליבען דינען ביז לעצטן טאג פון זיין לעבן וואס דאס האט גראטעוועט זיין זיץ אז א רעפובליקאנע גאווערנער וועט אריינשטעלן א פרישע. הגם די געזעץ אין אריזאנע זאגט סייווי אז עס מוז זיין פון די זעלבע פארטיי אבער סוזען קאלינס איז אויך פון די זעלבע פארטיי…
בנוסף לזה האט ער פאקטיש געשטיצט טראמפ’ס אגענדע אויף יעדע איינציגע אישו “חוץ” די באקאנטער פינגער אויף די ערד וואס ער האט געצייגט וואס אין פאקט איז ער געווען איבסל גערעכט. ווייל ער האט נאר קאמפיינט פאר ריפיל און ריפלעיס און דאס איז געווען אזא סקיני מיני דיקסאדיני ריפיל אן קיין שום ערזאץ. און ער האט נישט געהאלטען דערביי. פאקטיש איז ער ניטאמל געווען דער איינציגסטער. נאר זיין שטימע איז פשוט געווען דער דעצידירענדע. ווען נאך צוויי אנדערע רעפובליקאנער סענטארן האבן אויך געשטימט דערקעגן. און נאך אנדערע האבן נאר געשטימט דערפאר אונטער גרויס פרעשור וואס ער האט שוין נישט געקענט האבן וויסענדיג אז דאס איז סייווי די לעצטע טורם האט ער געוואוט זיין קאנטשעס.
און באמת’ן אריין האט ער דערמיט געראטעוועט די פארטיי ווייל די ריפיל וואלט קיינער נישט געווען צופרידען. נישט די רעפובליקאנער ווייל עס האט גארנישט געטוען גענוג צו פיקסן די סיסטעם און זיכער נישט די דעמאקראטן. פלאס אז דאס וואלט געלייגט אלע ווייטערדיגע פראבלעמען אויף די רעפובליקאנער פארטיי א זאך וואס וואלט זיי זייער געקאסט אין די פיוטשער. – ווי איך האב שוין דאן אנגעוויזן איז די ריפיל געווען א שטיקל דיזעסטער פון די ערשטע מינוט.
בנוסף לזה איז ער געווען א עכטע אלט טיימער וואס האט געגלייבט אין די סענאט אזוי ווי עס ברויך צו זיין. ווי די גרינדונג פאטער’ס האבן דאס אראפגעשטעלט אלץ א פלאץ ווי מען מאכט פשרות און ווי מען ארבעט עקראס פארטיי ליניעס א זאך וואס איז מוקצה מחמת מיאוס. נאר זיין תמיממות האט אים צוריקגעהאלטען פון צו אנערקענען אז די צייטן זענען פאראיבער. און ווילאנג א דעבאטע מיינט רעדן איבער פערזענליכע קפאליפיקאציעס און קאמפיין טאקטיקטן אנשטאט דעבאטירן אישוס. און ווילאנג די מידיע איז וואס זי איז איז נישטא מער קיין פלאץ פאר עכטע בייפארטיזאנשיפ. און מיט דעם איז ער דורכגעפאלן ביי די בוש יארן. אבער מיט די צייט האט ער זיך דאס אביסל דערלערנט ווי עס ווייזט אן די פאקט אז ער האט מסכים געווען צו טוישן די רולס ביי די סופרים קאורט נאמעניס.
ער איז געווען א עכטע ניא קאנסערוואטיוו מיט א אויסטערלישע ליבע פאר מלחמות. און א סעמי סאושעל קאנסערואטיוו. מיט טראמפ איז ער נעבעך זיך נישט אויסגעקומען און ער האט דאס נישט געקענט מוחל זיין אנדערש ווי רוב סענאטארן וואס האבן אראפגעשלינגען די פאקט אז טראמפ איז טראמפ און געבן זיך דערמיט בעסער אן עצה ווי למשל לינזי גרעהעם און רענד פאול. טעד קרוז. וכדו’ ווואס האבן פונקט אזוי אריינגעהויבן ביטערע בזיונות פונעם אבער האבן זיך געמאכט די חשבון אז דאס איז עס ער איז פרעזידענט און לאמיר ארויסנעמען די מאקסימום וואס איך קען דערפון.
לגבי זיי 2008 דורכפאל איז עס באמת נישט זיין שולד. קעגן אבאמא איז געווען ממש אוממעגליך צו געווינען סיי צוליב די חלום טיקעט און סיי צוליב זיין מעסעדש און בעיקר צוליב זיין כאריזמע. און מעקעין און באמת יעדע אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאט האט געליטן פון אלע דריי פראבלעמען. איינס עס איז געווען נאך ביטערע בוש יארן און תיכף אינמיטען א רעסעסיע בנוסף לזה אז קיינער האט זיך נישט געקענט פארמעסטן מיט אבאמא’ס כאריזמע. אבאמא איז געווען לענ’ד די קאנדידאט פונעם יאר הונדערט און זיין וועג פון קאמפיינען. און צוגאב איז ער געווען א ווייסער קעגן די ערשטע מאל א שווארצער.
איך באשולדיג אים נישט אין זיין שוואכע קאמפיינען און נישט אין זיין וויצע פרעזידענט אויסוואל וואס איז גראדע נישט געווען אזוי שלעכט ווען נישט די מידיע מאכט אויף איר פעיק ניוז צימעס. ווי למשל די אלאסקע רוסלאנד סטעיטמענט וואס מען ליינט איבער די עקזעקט קוואוט זעהט מען אז די האט בכלל נישט שלעכט געזאגט. באט עט דיס פוינט וואס דיפרענס דאז איט מעיק ?
צו ער איז געווען א מלחמה העלד ? ניין. א אמעריקאנער העלד ? יא. ואסביר. אין מיינע אויגן איז א מלחמה העלד איינער וואס פירט אן א קריג מיט הלצחה אדער איז זיך מוסר נפש צו ראטעווען זיין בריגאדע וכדו’. איינער וואס זיין איבערגעגעבנקייט העלפט פאר די מלחמה אדער איר אויסגאנג אדער פאר די לעבנס פון די קעמפער. ווידעראום מעקעין’ס העלדיקייט קומט פון זיך נישט אונטערגעבן דורכאויס די פינף יאר אונטער ברוטאלע פיינונגען. וואס דאס האט זיראו שייכות מיט די מלחמה. עס האט ענדערש מיט די עתיד פון די לאנד אדער מיט זיין פערזענלכיקייט. סאו ער איז קלאר א העלד. אבער נישט קיין מלחמה העלד
ווען די גאנצע סענאט וואל ווען געווען אזוי ווי אים וואלט פאליטיק אין אמעריקע געווען בעסער. אבער זינט “יענער” איז א שגץ איז די איינציגע וועג צו איבערלעבן צו זיין א עם עיקש תתפתל. און די בארג קייקלט זיך אראפ אן אויפהער און איך זעה נישט קיין וועג פאראויס.
חוץ אפשר אז בען שפיראו וועט לויפן קעגן בערני סענדערס….
הערליך שיין באשריבן, זייער גוטע ארבעט.
שטארקע נקודות.
איין קליינע באמערקונג, דו ברענגסט ארויס אז אבאמא איז א היפאקריט וויבאלד ער האט גוט געשפילט פאליטיק….. זייער נישט ריכטיג.
לאמיר זיך מסביר זיין, אין 2008 ווען ביידע זענען געלאפן אין די פריימערי’ס האט אבאמא געוואלט זיין פרעזידענט פונקט ווי הילערי, מ’דארף זיין א היפאקריט צו טראכטן אז ער זאל מוותר זיין פאר איר, כ’מיין, ער איז טאקע געווען די פון די גרעסטע ליבעראלן בשעתו, לעידיס פורסט איז א שטארקע נקודה, אבער…..
און אין 2016 האט ער איר שוין טאקע געקענט אינדארסן, ערשטענס זי איז געווען פראנט ראנער, צווייטענס, זי איז א ליבעראל פונקט וואו אים, דריטענס, ער האט טאקע געהאלטן אז ס’קומט איר ערשט (כ’מיין, איינס נאך אים).
אונטערשטע שורה, ביסט דא אראפצורייסען, כ’מיין, די אלע טענות זענען געקענט, פאליטיק איז א מאראסטיגע פעלד, אבער קענסט נישט זינגען סיי די דעמאקראטישע ניגון (קעגן די ריפאבליקענ’ס) בשעת דו זינגסט שוין די ריפאבליקענ’ס ניגון (קעגן די דעמאקרעטס).
א גוטן טאג