אידישע נייעס

אידישע פרוי בארויבט אין קרוינהייטס

ניו יארק סיטי – א אידישע פרוי איז ווילד איבערגעפאלן און בארויבט געווארן, דורך צוויי שווארצע פרויען, ווען זי איז געווען אויפ’ן וועג אהיים פארלאפענעם מוצאי שבת אין קרוינהייטס. דער אינצידענט האט פאסירט צוויי אזייגער ביינאכט, ביים אינטערסעקשאן פון קעראל סטריט און טרוי עוועניו, וואו די צוויי שווארצע זענען איבערגעפאלן די פרוי, איר ווילד צעשלאגן און אראפגעשליידערט אויף דער ערד, רויבנדיג איר טאשקע און אנטלויפנדיג אין א ווארטנדיגער קאר. אן אנדערע אידישע פרוי, וואס האט געזען די גאנצע זאך, האט אלארמירט די פאליציי און חברה שומרים, אריינגעגעבן אן אפיציעלע “פאליציי באריכט” און די צוויי רויבערקעס ווערן יעצט געזוכט. די צעשלאגענע פרוי איז אפגעפירט געווארן צו א לאקאלע שפיטאל פאר באהאנדלונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.