אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טראמפ דערגרייכט סוקסעספולן נייעם האנדלס אפמאך מיט מעקסיקא

וואשינגטאן – אין א שטארקער זיג פאר פרעזידענט טראמפ, האט מען נעכטן געהערט אז אמעריקע און מעקסיקא האבן דערגרייכט א נייעם האנדלס אפמאך, וואס וועט גערופן ווערן די “יונייטעד סטעיטס-מעקסיקא טרעיד אגרימענט”, און וועט מער נישט זיין אונטער’ן נאמען פונעם ביז יעצטיגן לאנגיאריגן “נאפטא” אפמאך.

טראמפ האט אויסגעלויבט די מעקסיקאנער רעגירונג, פאר’ן פירן די סוקסעספולע האנדלס געשפרעכן, און ער האט געזאגט אז אצינד ווארט מען צו זען צי קאנאדע – דאס דריטע לאנד וואס איז געווען א מיטגליד אין דעם ביז-יעצטיגן נאפטא אפמאך – איז גרייט צו פירן ענליכע יושר’דיגע געשפרעכן, און מ’וועט זיי מעגליך לאזן זיך אנשליסן אינעם נייעם אפמאך.

דער נייער אפמאך פארלאנגט, צווישן אנדערן, אז 75 פראצענט פון יעדע קאר וואס וועט פארקויפט ווערן אין אמעריקע און אין מעקסיקא, וועט מוזן זיין פאבריצירט אין צפון אמעריקע, וואס איז מער ווי די 62.5 פראצענט וואס איז געווען פארלאנגט אונטער נאפטא. אויך וועלן קארס מוזן פאבריצירט ווערן דורך ארבעטער וואס מאכן מינימום 16 דאלאר א שעה.

טראץ די סוקסעספולע געשפרעכן און די מעלדונג פון ווייסן הויז, וועט דער דיעל נאך מוזן באשטעטיגט ווערן דורך קאנגרעס, און די טראמפ אדמיניסטראציע האפט אז דאס וועט זיין גרינג צו עררייכן, מיט שטיצע פון די דעמאקראטן, וויבאלד זיי האבן אריינגעשטעלט די פראוויזיע איבער מינימום וועידזשעס, וואס איז א דעמאקראטישע אישו.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.