דזשוליא סלאזאר, די 27 יעריגע סאציאליסטישע דעמאקראטישע קאנדידאט צום ניו יארקער סענאט, וואס לויפט פאר ניו יארק סענאטארשע אין די אכצנטע דיסטריקט אין ברוקלין קעגן מארטין דילאן וואס דינט אויף דעם פאזיציע, האט ליגענט געזאגט ווען די האט דערציילט אין איר ביאגראפיע, אז זי שטאמט פון אידן, לויט א באריכט אין פאקס נייעס אגענטור.
סלאזאר וואס שטעלט זיך אהער אלס א אידיש אפשטאמיגע, איז גארנישט אזוי לאיאל צו אידישע אינטערעסן, און זי איז אפילו אינדארסירט געווארן דורך לינדע סארסאר, א פאלעסטינע אפשטאמיגע, וועלכע שטיצט און רעספעקטירט די כאמאס טעראר גרופע.
די קאנדידאטקע האט פארציילט אז זי האט עמיגרירט פון קאלאמביע צו די פאראייניגטע שטאטן ווען זי איז נאך געווען גאר יונג, איר טאטע איז געווען א איד, אבער איר פאמיליע האט נישט געהאט קיין שום פארבינדונג מיט אידישע געמיינדעס אין אמעריקע, נאכדעם וואס זיי זענען געקומען וואוינען אין די פאראייניגטע שטאטן.
למעשה האט מען אנגעהויבן אביסל נאכצוקוקן אירע רייד, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, זי האט געזאגט א פאלנער ליגענט, ערשטנ’ס איז זי געבוירן אין אמעריקע און נישט אין קאלאמביע, איר פאקט איז איר מאמע געהעריג אן אמעריקאנער בירגער.
און דאס וואס זי זאגט אז זי שטאמט פון אידן דורך איר טאטע, און אפילו צוגעלייגט אז זי שטאמט פון א פאמיליע וואס איז פארטריבן געווארן צו די לאטיינישע אמעריקע פון שפאניע אין מיטל אלטער, איז אויך א פראבריצירטע געשיכטעלע, נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז איר טאטע איז געשטארבן אין יאר 2009, און האט באקומען א געהעריגע קאטולישע באגרעבעניש צערעמאניע פון א קירכע אין פלארידע.