אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

איראן: מיר האבן געהיימע אינפארמאציע פון א פיינטליכער קאבינעט מיטגליד

מאכמוד עלאווי, דער איראנער אינטעליגענט מיניסטאר, האט היינט געשאסן אומקלארע זאצן אין די לופטן, אויסרימענדיג די איראנער שפיאנאזש אגענטור אלס איינע פון די סאמע בעסטע אין דער וועלט, וואו ער האט זיך אויפגעטון אז “מיר האבן געברענגט אונטער אונזער קאנטראל א קאבינעט מיטגליד פון א פיינטליך לאנד”. אבער ער האט נישט געזאגט פון וועלכער קאבינעט ער רעדט, און ווער דער מיטגליד איז.

מיט זיין רעטארישע שטימער האט ער קלארגעשטעלט, אז “די ברייטפארצווייגטער איראנער קאנטער שפיאנאזש אינטיליגענט געמיינדע, איז איינע פון די שטערקסטע שפיאנאזש אגענטורן איבער דער וועלט”.

רוב עקספערטן האבן באלד געצויגן א פאראלעל צום געוועזענעם מדינת ישראל מיניסטאר גונן שגב, וואס איז נישט לאנג צוריק ארעסטירט געווארן אין מדינת ישראל, אויף קלאגעס אז ער האט געדינט אלס אינפארמאנט פאר די איראנער שפיאנאזש אגענטורן.

ווי שוין באריכטעט פארלאפענעם מאי למספרם דא אויף אידישער ווינקל, איז דער געוועזענער איזראעלישער כנסת פארלאמענט מיטגליד גונן שגב, באשולדיגט געווארן אין שפיאנירן פאר איראן, אינערהאלב די מדינת ישראל רייען. אין א באריכט ארויסגעגעבן דעמאלט דורך די מדינת ישראל פאליציי און ש.ב. שפיאנאזש אגענטור, ווערט דערציילט אז דער שפיאן איז ארעסטירט געווארן  אויפן פארדאכט פון העלפן פיינט און שפיאנירן קעגן מדינת ישראל.

דער מיניסטאר האט אן אינטערסאנטע היסטאריע, ער איז געווען א דאקטער, דערנאך איז ער געווארן א חבר כנסת, שפעטער איז ער ארעסטירט געווארן פארן שמוגלען דראגס, און אצינד האט מען אים געכאפט אלס שפיאן פאר איראן, וואס האט אריינגעדרייט אנדערע זיי זאלן אויך שפיאנירן מיט אים.

שגב, וואס האט אין די לעצטע יארן געוואוינט אין ניגעריע, איז אנגעקומען אום מאי דאס יאר קיין עקוואטאריאל גיני (א לאנד אין צענטראל אפריקע), וואו ער איז פון דארט אריבערגעליפערט געווארן קיין מדינת ישראל, נאכדעם וואס די עקוואטאריאל גיני באאמטע האבן אים נישט געוואלט אריינלאזן אין לאנד, צוליב זיין קרימינאלע פארגאנגענהייט.

דורכאויס די אויספארשונגען האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פארדאכטן זענען קראנט, און שגב איז טאקע געווען א שפיאן פאר איראן, אנגעהויבן פון אזוי פרי ווי אין יאר 2012, ווען ער האט זיך באקענט מיט באאמטע פון די איראנער אמבעסאדע אין ניגעריע, און ער האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט איראנע שפיאנאזש אגענטן אין האטעלן, הייזער און רעסטוראנטן איבער די וועלט.

צווישן די זאכן וואס איז קלארגעשטעלט געווארן ביים אויספארשונג איז געווען, אז איראן האט צוגעשטעלט פאר שגב א פארגעשריטענער קלאסיפיצירטער קאמיוניקאציע אפאראט, צו קענען פארווישן די געשפרעכן צווישן אים און די איראנע געהיים אגענטן.

צווישן די סודות וואס דער שפיאן האט ארויסגעגעבן פאר איראן, איז אריינגערעכנט אינפארמאציע איבער די מדינת ישראל ענערגיע, זיכערהייט, אפיסעס און געביידעס פון פאליטישע און זיכערהייט פיגורן אדער אגענטורן אין לאנד, און נאך.

צו קענען נאכקומען די אלע שפיאנאזש אינפארמאציע וואס ער האט געפיטערט איראן, האט שגב אויפגעשטעלט א נעץ פון שפיאנאזש אגענטן, וועלכע זענען געווען מדינת ישראל בירגער מיט צוטריט צו זיכערהייט אדער אויסערן מיניסטעריום פון מדינת ישראל, און ער האט זיי אריינגענארט מיטן זאגן אז די איראנע שפיאנאזש אגענטן זענען אומשולדיגע ביזנעסלייט.

די גאנצע גרויסהאלטערישע אויסרימונג קומט בלויז א טאג נאכדעם וואס איראן האט געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט צענדליגע פרעמדע אגענטן, וואס זענען באשולדיגט געווארן אין שפיאנירן פאר אויסלענדישע שפיאנאזש אגענטורן, און דאס מערהייט פון זיי האבן פארמאגט א דאפלטע בירגערשאפט, פון איראן און פון נאך א לאנד. אבער איראן האט נישט געזאגט פאר וועלכע לענדער די אנגעבליכע שפיאנען האבן געארבעט.

איראן האט לעצטנ’ס אסאך געליטן דורכפעלער ווען עס איז געקומען צו ווייזן וואס זייערע אינטיליגענט געמיינדע קען, אנגעהויבן מיט די גרויסארטיגער שפיאנאזש קלאפ ווען מדינת ישראל האט אויפגעדעקט פאר דער וועלט די איראנער העכסט געהיימע פראיעקט אמאד, וואס מדינת ישראל האט ארויסדערווישט אינמיטן די נאכט און נישט איבערגעלאזט קיין שפורן.

אזוי אויך האבן זיי געהאט גרויסע אנטוישונגען מיט זייערע געהיימע אפאראציעס אין סיריע, און מיט פארשידענע פארבינדונגען וואס זיי האבן מיט טעראר גרופעס, און זענען אצינד ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך.

ווי עס שיינט איז דאס די לעצטע פראוו פון דער גוסס’דיגער איראן, אונטער די שאטן פון די שטייפע טראמפ סאנקציעס, צו הייבן איר מאראל אין די אויגן פון דער וועלט, און אז עס איז א געלעכטער איבער דאס וועלט – זאל כאטש זיין אין די אויגן פון די איראנער באפעלקערונג, און אויב די באפעלקערונג זעלבסט קויפט עס נישט אפ, דאן פרובירט מען זיך אליינס צו פאפן.

אבער לאמיר נישט פארגעסן, די ברייטפארצווייגטער איראנער קאנטער שפיאנאזש אינטיליגענט געמיינדע, איז איינע פון די שטערקסטע שפיאנאזש אגענטורן איבער דער וועלט…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.