עס הערט זיך היבש מאדנע, אבער די צאל אומגעקומענע פון האריקעין מאריא, איז לויט א פארשונג פון אן אוניווערזיטעט אנגעקומען צו אן אומגלויבליכער ציפער, כאפנדיג א שפרינג פון 64 צו 2,975… דאס קומט נאכדעם וואס נעכטן נאכט האט דיקארדא ראסלא – דער גאווערנאר פון פארטא ריקא, געמאלדן די ענדגילטיגע נומער פון אומגעקומענע, לויט די רעזולטאטן פון די דזשארדזש וואשינגטאן אוניווערזיטעט.
אין די אלע אומגעקומענע ווערט אריינגערעכנט אזעלכע וואס זיי זענען געשטארבן אפילו א שיין שטיק צייט נאכן האריקעין, אבער זייער טויט האט געהאט סיי וואספארא פארבינדונג דערמיט. אזויפיל ווי 241 מענטשן זענען אומגעקומען פון קעלט, נאכדעם וואס זיי האבן פארלוירן דורכאויס דעם האריקעין זייער דאך איבערן קאפ, און אנדערע זענען אומגעקומען שפעטער פון די ווייטגרייכענדע אפעקטן וואס דער האריקעין האט געברענגט מיט זיך.
אבער אז איר מיינט אז דאס איז אסאך, וועלן מיר אייך איבעראשן מיט די רעזולטאטן פון די הארווארד אוניווערזיטעט פאר דריי מאנאטן צוריק, ווען זיי האבן געהאט פארצייכנט אזויפיל ווי 4,645 אומגעקומענע ביים האריקעין מאריא. לויט זיי זענען האבן אזויפיל ווי א דריטל פון די אומגעקומענע געהאט זייער טויט, צוליב וואס עס איז נישט געווען צופיל מעדעצינישע הילף, און די רעטונג’ס אגענטן האבן נישט געקענט אנקומען צו יעדעם איינעם. זיי באשולדיגן אויך די עלעקטעריק פירמע וואס האט נישט צוגעשטעלט לעקטער פאר שפיטעלער, און די פאליציי וואס האט בלאקירט די שאסייען.
קארלאס מערקאדאר, דער קאפ פונעם פעדעראלער אגענטור אין פארטא ריקא, האט געזאגט אז צו פארשטיין ווי גרויס די צאל אומגעקומענע איז, דארף מען קוקן אויף די צאל פאטאליטעטן פון האריקעין קאטארינא, וואס האט דערגרייכט צו 1,833 מענטשן, און האריקעין מאריא האט געברענגט א שאדן פון 90 מיליאן דאלער, איינע פון די גרעסטע פינאנציעלע שאדנ’ס אין די פאראייניגטע שטאטן זינט יארע 1900.
מי באש ומי במים.