א גרויסער פייער האט אויסגעבראכן אינעם היסטארישער 200 יעריגער געביידע פונעם “בעריא דע זשעניירא” נאציאנאלער מוזעאום, וואס האט אין זיך איבער א צוואנציג מיליאן אריכיאלאגישע, היסטארישע און ווערדפולע זאכן.
דער מוזעאום – וועלכע איז די סאמע עטלסטע אין דרום אמעריקע, איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1818 למספרם, און פארמאגט גאר אסאך היסטארישע און ווערדפולע זאכן פון בראזיל, און פון אנדערע לענדער. צווישן די אוצרות וואס זענען געווען אין די געביידע – וואס האט אויפגעפלאקערט און שווער געשעדיגט געווארן – איז געווען זעלטענע מומיעס, טייערע היסטארישע ווערק, אור אלטע קריגלעך און קלאפערגעצייג, און וויכטיגע רעליגיעזע אויטענטישע סחורה, פון אזעלכע פארצייטישע אימפעריעס ווי מצרים, גריכלאנד, און די לאטיינישע רוים.
עס איז נאך דערווייל נישט קלאר וואס עס איז פארבליבן דארט, און וואס איז פארניכטעט געווארן. עקספערטן און ארכיאלאגן זענען שטארק באזארגט איבער דעם גרעסטן אייזערנעם מעטעאריט אין דער וועלט, וואס איז געפינען געווארן אין יאר 1784, און ליגט שוין אויף אויסשטעלונג אינעם מוזעאום זינט 1888. דער מעטעאריט וועגט איבער 5,000 קילאגראם, כאטש וואס עס איז נישט גרעסער פון צוויי און א האלב מעטער.
צום מזל האט די פייער אויסגעבראכן אין די שעות וואס קיינער איז שוין נישט געווען אין מוזעאום, אזוי אז קיין מענטש איז נישט געשעדיגט געווארן. דערווייל איז נאכנישט קלאר וואס עס האט געברענגט צום פייער אויפלאקערונג.
דער פרעזידענט פון בראזיל מישעל טאמער, האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט איבערן פייער, זאגנדיג אז “דאס איז א טרויעריגער טאג פאר אלע בראזיליאנער, צוויי הונדערט יאר פון ארבעט, פארשונג און וויסנשאפט, איז געגאנגען א גאנג”. אויך דער אנפירער פונעם מוזעאום, פאלא קאנסוס, האט געזאגט אז דאס איז א “קולטור טראגעדיע פאר בארזיל”.
ווי דער ווארטזאגער פונעם לאקאלע פייערלעשער ראבארטא ראבדיי זאגט, האבן צענדליגער פייערלעשער שווער געארבעט צו באוועלטיגן די פייער, און עטליכע פון די טייערע אנטיק זאכן זענען ארויסגעראטעוועט געווארן. “מיר האבן באוויזן ארויסצופירן און ראטעווען אסאך זאכן אין צייט” זאגט ער.