פאליציי אין ארץ ישראל האבן דורכגעפירט אן ארעסט אויף אן אראבישער מאן, נאכדעם וואס ער האט ארויסגעשיקט אויף זיין פעיסבוק בלאט א בילד ווי ער שטייט נעבן א טראקטאר, צושרייבנדיג דערצו “שעדיג זיי.”
די טעות איז געווען אז באמת איז דארט געשטאנען אין אראביש “גוט מארגן” און זיך פארלאזנדיג אויף די אויטאמאטישע איבערטייטשונג פון די אפליקאציע, (סאציאלע מידיע פארמאגט די אפציע פון קענען איבערטייטשן ווערטער פון איין שפראך צו דער אנדערער) איז געשטאנען דארט “Hurt them” – שעדיג זיי.
אויפן בילד זעט מען אים מיט א שמייכל, רויכערנדיג א ציגארעטל, אין זיין האנט האלט ער א קאווע. שטייענדיג פארנט פון א בולדאזער, ביי א קונסטרוקציע זאנע אין ביתר עילית. ער איז געווארן ארעסטירט און באשולדיגט און לייגן מארד קאמענטס.
קיינער פון אראביש רעדנדע פאליציי אפיצירן האבן נישט געליינט די ארגינעלע פאוסט, און האבן זיך פארלאזט אויף די פעיסבוק איבערטייטשונג, אים ארעסטירנדיג.
עס זענען שוין פארגעקומען אזעלכע אינצידענטן, און די פאליציי האבן פארדעכטיגט אז ער פלאנירט דורכצופירן אזא אטאקע.
נאך א קורצע צייט האבן זיי אנערקענט, זייער טעות, און האבן אים פרייגעלאזט.