קודש הוא לכם: משביע צייכנט אפ די ערשטע יאר מיטן צושטעלט הערליכע סעודות מידי שבת בשבתו ››› שווערע טויזענטער אידן האבן זיך שוין דערקוויקט און קענען נישט גענוג אפוואונדערן די געוואלדיגע חסד וואס ווערט אהערגעשטעלט, טראץ די ריזיגע קאסטן ››› אינטערוויו מיט לעגאנדארער עסקן רבי אלכסנדר ראפופארט מנהל משביע.
אריינפיר: בארא פארק איז א עיר ואם ישראל, זי ווירבלט מיט אידישע אקטיוויטעטן, נאבעלע ארגענעזאציעס, און פארשידענע אייגנארטיגע זאכן אויף וואס אידן איבער דער גארער וועלט קוקן ארויף און טיילן מיט גרויס שעצונג.
צווישן זיי, איז בלי שום ספק די ארגענעזאציע וואס האט זיך אוועקגעשטעלט מיטן ציל צו זעטיגן הונגעריגע, שפייזן און מחיה זיין די נויטבאדערפנדע, מיט פיינע פרישע ווארעמע עסן, אין א געשמאקע זויבערע אטמאספער, ווערנדיג סערווירט אויף א גאלדענעם טאץ פריי פון אפצאל.
“משביע” איז זינט איר גרינדונג מיט 10 יאר צוריק, גאר שטארק געשעצט און רעספעקטירט, ביי רבנים, עסקנים, און כלל ישראל, און די וואס דארפן צוקומען דערצו האבן א מויל מיט שבחים צו זאגן, וויאזוי די פארוואלטונג האט פאר זיי צוגעשטעלט א ארט וואו צו עסן, און אפגעהאלטן פון הונגערן.
אין די קארידארן פון משביע שטאלצירט מען אז עס איז שוין אריבער א גאנצע יאר צייט פון געבן עסן יעדע שבת, וואס דאס האט מען לעצטנס צוגעלייגט. דאס איז א פראיעקט וואס קאסט אסאך געלט, כח, און מסירות נפש. צו הערן מער דערוועגן, טוען מיר זיך ווענדן צו דער ערנערגישער עסקן רבי אלכסנדר ראפופארט הי”ו, צו הערן מער איבער די משביע קאך, פארוואס האט מען ערשט אנגעהויבן געבן עסן א יאר צוריק? וואס גייט אלס אריין אין איין שבת? און פיל מער.
לאמיר צוגיין צום שמועס.
אידישער ווינקל: וויאזוי האט זיך אנגעהויבן, די שבת אין משביע, פארוואס יעצט? און פארוואס בכלל?
ר’ סענדער: איך האב אלעמאל געהאלטן אז עס פעלט אויס, כ’האב עס נאר נישט געקענט איינפירן אין אנהויב צוליב פארשידענע סיבות, איינס פון סיי איז ווייל די אלטע לאקאציע איז געווען ארויס פון געגנט, עס איז געווען זייער קליין. און נישט געאייגנט.
די נייע לאקאציע איז אין צענטער פון שטאט און נאכן זיך אריבערציען האבן מיר אנגעהויבן, דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס מיר האבן זיך אריבערגעצויגן אהער.
פארוואס עס פעלט אויס אזוי וויכטיג? איז אזוי. עס זענען טאקע דא אסאך גוטע אידן בעלי חסד וואס האבן אפענע טירן פאר אידן און רופן געסט יעדע שבת, אבער עס בלייבן אלעמאל מענטשן וואס פאלן ארויס.
פאראן עמיצער וואס רופט ארץ ישראל’דיגע אידן, פאראן א צווייטער וואס לאדנט זיינע קרובים, עס זענען אבער דא אסאך מענטשן וואס קומען אן אין שטאט, עס מאכט זיך אין אן ערב שבת, מען איז דא, צו האט מען געדארפט קומען אויף שבת פאר אנדערע עמערדזשענסיס, זאל עס זיין א גאנצע פאמיליע, אדער נאר אן איינצעלנער בחור וואס האט זיך פארעכנט אז די ישיבה זיינע שפארט צו. מענטשן זענען כסדר געקומען מיט געבעטן און מיר האבן אנגעהויבן איינזען די וויכטיגקייט מער און מער.
אידישער ווינקל: פון טראכטן ביזן דורכפירן, וויאזוי האט זיך עס ענדגילטיג אנגעהויבן?
ר’ סענדער: עס האט זיך קודם אפגעשטופט אביסל, עס זענען געווען אסאך שוועריגקייטן, שבת איז נישט ווי אינמיטן די וואך וואס מען קומט און גייט, נאר עס מוז האבן א שבת’דיגער טעם, “עס מוז זיין א סעודה פירער,” און איך האב געוואוסט אז עס וועט מוזן זיין מיר, און מיין פאמיליע וועט דארפן אוועקגעבן זייער שבת סעודה.
ביז מיר האבן באשלאסן אז עס איז א מוז, מיר האבן געהערט פון מענטשן וואס האבן געגעסן קרעקערס מיט מילך שבת ביינאכט, צוליב נישט האבן וואו צו גיין עסן, איך האב אנגעהויבן מסביר זיין פאר מיין פאמיליע די וויכטיגקייט דערפון, און זיי האבן מיר זייער געשטיצט, וויסנדיג די מצוה דערפון, איך האב זיי געזאגט אז עס וועט גיין אויף אן אופן אז עס איז מיין סעודה ווייטער, נאר מיר האבן געסט…
די ערשטע וואך האבן מיר געפלאנט צו עסן אליינס דארט, עס איז געווען פרשת לך לך, מיר האבן געהאט אין ציל צו אויספרובירן אויב עס ארבעט, וויאזוי אויסצושטעלן די פלאץ, וכדו’ מיר זענען ארומגעגאנגען איינקויפן טישטעכער, חלה דעקלעך, א קראקפאט, און אלעס וואס מען דארף פאר א שבת סעודה, מענטשן האבן אויך מנדב געווען חפצים נאכדעם וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט א צעטל אז מען קען מנדב זיין זאכן, עס איז געווען אינטערסאנט ווען איינער האט געברענגט א בעכער, און דער צווייטער א מים אחרונים טעצל…
מיינע קינדער האבן שוין געווארט אויף שבת, ווארטנדיג דאס צו אויספרובירן.
כ’האב אבער געהאט א גאר אינטערסאנטע זאך, אז פונקט יענע שבת האב איך געטראפן א חשוב’ער שטאטישע רב און ער האט מיר דערציילט אז ער האט א משפחה וואס זענען מעקסיקאנער גרים, זיי קענען גארנישט אויסער ספאניש, און זיי האבן נישט וואו צו עסן שבת…
מיר האבן דאס אנגעקוקט ווי א סימן מן השמים אז עס איז טאקע וויכטיג, ווען פונקט שבת לך לך וואס אברהם אבינו האט אליינס געשיקט געסט גרים, האט דער באשעפער געשיקט געסט צו אונז, מיר האבן טאקע געגעבן עסן פאר יענע פאמיליע יענע וואך, און זיי האבן מיט אונז געגעסן עטליכע וואכן דערנאך.
אידישער ווינקל: ווער קאכט די עסן יעדע שבת?
ר’ סענדער: אונזער קעכער שבת איז דער זעלבער ווי אינדערוואכן, “לוזי’ס מיעל מארט.”
אידישער ווינקל: איר זאגט תורה פאר די געסט? איר זינגט זמירות? וויאזוי ארבעט דאס? יעדער זינגט מיט?
ר’ סענדער: איך זאג תורה און זינג זמירות מיט מיינע קינדער, אבער איך צווינג נישט קיינעם צו מיטזינגען, וואס איך בעט איז אז ווען איך זאג תורה זאל מען רעדן שטילער, איך ווייס דאך נישט וואס די אלע אידן גייען דורך, זיי דארפן זיכער האבן די ביסל צייט אין וואך צו שמועסן און זיך אויסרעדן, איז קיינער שטייט זיי נישט אין וועג.
אידישער ווינקל: וועלכע שבת סעודה איז געווען די מערסט אנגעפולטע זייטן עפענען?
ר’ סענדער: אינטערסאנט, פון די מערסט פולע און שווערסטע שבתים זענען געווען די דריטע טעג ימים טובים, ווייל דעמאלטס קען מען זיך שוין נישט איינלאדענען צו מענטשן, עס איז ממש געווען געפאקט…
אבער די שבתים וואו מיר האבן סערווירט די מערסטע פארציעס זענען די שבתים פון שבת חזון און שבת נחמו, צוליב וואס מענטשן זענען דאן אסאך אויף וואקאציע.
אידישער ווינקל: וואס נעמט דאס אלס אריין א שבת אין משביע?
ר’ סענדער: מען דארף א משגיח, (א משגיח וואס ארבעט שבת איז א טייערע מעשה) א וועיטער צו צוויי,א קעכער צו קאכן די עסן, וואשן דישעס, עס איז דא א געוואלד מיט דעטאלן.
אידישער ווינקל: וואס איז אייער שווערסטער חלק?
ר’ סענדער: זיך אראפבינדן, אויפגעבן מיין פריוואטקייט, שבת איז א צייט וואס קיינער ארבעט נישט, איך מוז עס אלס האלטן היימיש, זינגען און אריינגעבן א טעם אין די זאך.
אידישער ווינקל: וואס איז די טייערסטע מאכל וואס מען שטעלט צו?
ר’ סענדער: די סעלמאן פיש. אבער עס פעלט נישט קיין הוצאות, זיין אפן שבת איז א טייערע זאך.
אידישער ווינקל: וואס איז די גרעסטע צאל געסט וואס משביע האט נאר אמאל סערווירט?
ר’ סענדער: ארום 100 דורכאויס די גאנצע שבת. דאס איז ארום 50 מענטשן ביי ביידע סעודות.
אידישער ווינקל: וויפיל גרייט מען אן? אויב גרייט מען אן אסאך, אפשר וועלן קומען ווייניג מענטשן, און אויב גרייט מען אן צופיל, אפשר וועלן קומען ווייניג מענטשן?
ר’ סענדער: דאס איז א גוטע פראגע. פון חלה און דיפס דארף זיין אסאך, און טשולנט, קישקע, קוגל, למשל גרייט מען אן מיט א בערכ’דיגע חשבון, און מען שפילט זיך ארום דערמיט, מען קען שניידן דיקערע צו דינערע סלייסעס, מען טיילט לויט וויפיל מענטשן עס קומען אן, געווענליך איז דא ברייט און העכסטנס בלייבט נאך שבת.
אידישער ווינקל: שוין געווען אמאל אז עס זאל נישט זיין גענוג עסן?
ר’ סענדער: סעלמאן פיש איז טייער פרובירט מען צו זיין אויסגערעכנט, האט זיך שוין געמאכט א 2 מאל אז מיין פאמיליע האט נישט געהאט קיין סעלמאן צוליב דאס געבן פאר די געסט.
אידישער ווינקל: ווער איז דער חשוב’סטער מענטש וואס איז געווען אמאל ביי א שבת סעודה?
ר’ סענדער: עס האט זיך שוין געמאכט אמאל, אז חשוב’ע פערזענליכקייטן זאלן ווערן געשטראנדעט דא אין שטאט אין עסן מיט אונז שבת, א שיינע צאל פון זיי האבן שוין געהאט בילדער אין כל העולם כולו…
אידישער ווינקל: וואס פאסירט אויב די טשולענט ברענט צו? איז דא גענוג עסן? עס האט זיך שוין געמאכט אז עסן זאל נישט קענען גענוצט ווערן?
ר’ סענדער: עס האט זיך נאך ב”ה נישט געמאכט דער באשעפער זאל העלפן ווייטער, און אויב ווערט יא אמאל די טשולנט אביסל צו טרוקן איז דאך דאס פונקט ווי ביי יעדן אין שטוב, מען עסט מער פון די אנדערע זאכן, מען גיבט זיך אן עצה בס”ד.
אידישער ווינקל: קענען גוים קומען אום שבת?
ר’ סענדער: ווי עס ווייסט יעדער טוט משביע האבן אן אפענער טיר פאר יעדן, מיר ווילן נישט מאכן קיין חילול השם מיט אונזער ארבעט, און דורכדעם באקומען מיר אויך אסאך אפענע טירן ווען מיר דארפן דאס האבן פאר אחינו בני ישראל. מאדנע אז מענטשן רעדן זיך איין אז דאס איז צוליב וואס מיר באקומען פראגראמען פון די גאווערמענט. דאס זענען נישט אמת’ע פאקטן און מיר פינאנצירן זיך כמעט נאר פון שנארן און ארומגיין צו עשירים.
עס האט זיך שוין געמאכט אז עס זאל אריינשפאצירן א גוי, אדער פרייער איד צו די סעודה, איינמאל האבן מיר דאן סערווירט אייער מיט צוויבל, און א צווייטע מאל געפילטע פיש מיט חריין, זיי ווייסן נישט וויאזוי דאס צו עסן… און זיי וועלן נישט צוריקקומען נאכאמאל, אבער מען קען נישט צוריקווייזן א הונגעריגער, זיי וועלן אבער בדרך כלל אליינס נישט הנאה האבן צו קומען עסן צווישן אידן.
מיר האבן שוין געהאט אסאך אפגעפארענע וואס זאלן קומען עסן און די ווארעמע זמירות האט זיי אסאך ארויפגעברענגט, אונזער סעודה איז אבער אויסדריקלעך אוועקגעשטעלט מיטצוהאלטן א ווארעמע שיינע שבת פון צוויי שעה, אדער מער, און ווער עס קען זיך נישט צושטעלן, מוז נישט קומען, מיר האלטן עס אויף א הויכע ניווא, און לאזן יעדן אריין, נישט קיין חילוק וואס זיין מצב איז.
אידישער ווינקל: עפעס וואס האט אייך געמאכט שמייכלען?
ר’ סענדער: כ’האב אויסגעלערנט די וועיטער אז מען לייגט א געשניטן שטיקל מייער אויף יעדע געפילטע פיש, האט זיך געמאכט איין וואך אז ער איז אויסגעלאפן פון מייערן, האט ער געעפנט די הייסע טאפ צימעס, און ארויפגעגאסן אויף די פיש…
אויך, מיין טאטע האט אמאל מיטגעהאלטן א סעודה אין משביע (איך רוף אסאך מאל מענטשן מיטצוהאלטן, און ארויסהעלפן די סעודות, עס צו מאכן אין א שיינע היימישע אטמאספער) איז געווען דארט א איד וואס האט ארומגערעדט איבער מיין פאטער, און זיין קאריערע, נישט וויסנדיג אז ער רעדט צו אים אליינס. ווען מיין טאטע האט זיך אנגערופן אז ער איז פון וועם ער רעדט, האט זיך דער עולם זייער צושמייכלט.
אידישער ווינקל: איז געווען אמאל וואס האסט געטראכט אז דו האסט חרטה פארן טיילן שבת?
ר’ סענדער: חס ושלום! פאר מיין פאמיליע איז שווער אביסל, און זיי האבן זיך אנגעהויבן בענקען צו א שבת ביי אונז אין שטוב, איז כ’האב טאקע געפראוועט עטליכע סעודות אליין מיט מיין פאמיליע, און געלאזט די סעודה זיך אליינס פירן.
איך נוץ אמאל מענטשן וואס זאלן איבערנעמען אמאל אויב כ’האב א שמחה אדער שבת התוועדות, און איך ווערטל זיך אז “ווער עס וועט פירן א שבת טיש עטליכע מאל א יאר, וועט קענען קומען דא עסן שבת הגדול… “
כ’האב טאקע אינגעלייט וואס נעמען מיר אמאל איבער, און ווען נישט פירט זיך די סעודה אויך שיין ווייל עס האט די סטרוקטור פון יעדע וואך, דער עולם זינגט זמירות, און פארברענגט שיין אינאיינעם, ווער עס וויל אבער פירן א שיינע סעודה אין משביע, קען זוך פארבינדן, איך וועל אריינטרענירן, און עס וועט זיין א געוואלדיגער מצוה.
אידישער ווינקל: א אינטערסאנטע געשיכטע וואס איר האט אמאל מיטגעהאלטן?
ר’ סענדער: געווען אמאל אז מיר האבן געהאט דא נעבן די געשעפט, א אפגעפארן מיידל וואס שטאמט פון א שיינע שטוב, כ’האב איר געטראפן פרירן פון קעלט אין איינע פון די קעלטסטע נעכט אין ווינטער, איז כ’האב איר געפרעגט וואס עס גייט פאר, זי האט נישט געהאט קיין אנונג אז עס איז שבת בכלל, מען האט איר אריינגערופן אינעווייניג און די פרויען האבן איר שיין מקרב געווען, זי האט זיך דערקוויקט מיט א ווארימע, נארהאפטיגע סעודה און שטארק באדאנקט, מיר האבן איר אריינגעגעבן דעם טעם פון שבת. זי האט זיך מחיה געווען.
איך דערמאן זיך א געשיכטע וואס האט נישט דוקא מיט משביע, מיין טאטע פלעגט האבן אלס גאסט א אינגערמאן ליידער אויף דראגס, ער פלעגט אנקומען מיט די באן אום שבת רח”ל, און איז געווען שטארק אפגעריסן פון זיין פאמיליע, היינטצוטאגס איז ער א חשוב’ער ערליכער אינגערמאן מיט א שיינע פאמיליע, א שטאלץ פאר יעדן, שבת האט א כח.
אידישער ווינקל: האט זיך געמאכט אמאל צו ווערן עמאציאנעל?
ר’ סענדער: כ’האב געהאט דא איין שבת 3 קליינע שוועסטערלעך, מיט שבת’דיגע קליידלעך, די ארעמקייט ביי זיי אין שטוב איז געווען שרעקליך, און זייער פאטער האט זיי געשיקט עסן ביי אונז, זיי אליינס זענען נישט געקומען, לאמיר בעסער נישט רעדן, אבער מען זעט אסאך צרות אין אזא פלאץ, צעטיילטע אינגעלייט, און ארעמע מענטשן. אידן וואס העלפן משביע, האבן אומאפשאצבארע זכותים!
אידישער ווינקל: וויאזוי קען מען ארויסהעלפן?
ר’ סענדער: מיר קענען נוצן אסאך געלט פאר די שבתים, און מיר נעמען אויך אן סיי וועלכע שבת חפצים, באזוכט דא:
מיר טוען דערמיט ענדיגן, און מיר ווילן זיך באדאנקען פאר רבי סענדער, אויף זיין צייט, און אויפן אונז אינספירירן, השי”ת זאל אים געבן כח אנצוגיין מיט זיינע הערליכע פראיעקטן, אויפטון פאר אידישע קינדער, און באלייכטן די וועלט. א גוט שבת משביע!