מאסיווע שטורעמעס זענען ערווארטעט צו פאלן היינט און מאָרגן אין צפון מזרח אמעריקע, אנטקעגן איבער פלארידע. די שטורעם וועט זיך אנפאנגען היינט און וועט זיך אריינציען אויף מארגן.
אין דער זעלבע צייט ווערט אפגעצייכנט 5 יאר פון ווען די די “סופער שטורעם” האט באפאלן די ניו יארק געגנט און אנגעמאכט חורבנות.
שבת וואס די שטורעם איז נישט געווען ערווארטעט אז עס זאל זיין אזוי מאכטפול ווי זונטאג, וועט זיך היינט אריבערציען צו די איסט קאוסט.
עס איז ערווארטעט אז עס זאל זיין שווערע רעגן קעגן איבער פלארידע, און וועט זיך דערנאך היינט שנעל אריבערציען צו די איסט קאוסט.
זונטאג פארנאכטס איז ערווארטעט צו פאלן שווערע רעגן פון ניו דזשערסי צו ניו ענגלאנד.
די שווערסטע וועט זיין זונטאג ביינאכט וואס וועט זיך ציען פון ניו יארק סיטי צו באסטאן.
אין געוויסע געגענטער קען זיך אפילו אנזאמלען צווישן 5 און 6 אינטשעס פון רעגן וואסער.
די ווינטן און רעגן קומען שטערקער און נענטער צו צפון מזרח, עס וועט זיך פארמירן ווינטן וואס וועט זיך אריינציען צו מאנטאג מיט א שטארקייט פון 50 ביז 60 מייל פער שטונדע. אין ניו ענגלאנד וועט עס זיין אויף 70 מייל פער שטונדע.
פאסאזשירן וואס פארן צו פלארידע און איר אומגעגנט זאלן ערווארטען דילעיס.
היינט ווערט אפגעצייכענט 5 יאר זייט די סופער שטורעם האט באפאלן ניו יארק סיטי, און ניו דזשערסי, וואס האט אנגעמאכט פאר ביידע אומגעהויערע שאדן אין ווערט פון דרייסיג ביליאן דאלאר.